היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » בילדער פון חול המועד אין מאנסי

בילדער פון חול המועד אין מאנסי

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1358634

davka » 28/4/2005 17:29

די הערליכע בילדער זענען ארויפגעלייגט געווארן דורך שלמה זלמן, און איך וויל אויסדרוקן א גרויסן ישר כח פאר אים.

איך האב ריסייזט די פיקטשערס און דורכגעפירט נאך תיקונים.

davka » 28/4/2005 17:31

מ'שטייט אין די ליין ביי די ריידס לעבן די אלטע ראקלענד כשר
[בילד – נישט אפגעהיט]

davka » 28/4/2005 17:35

מ'ווארט געדולדיג.
[בילד – נישט אפגעהיט]

davka » 28/4/2005 17:56

ביי מאמי!
[בילד – נישט אפגעהיט]

davka » 28/4/2005 17:57

כאפ שטארק אן די קאפל (ווייל דיין תורה קען ארויספליען...) נישט אזוי האט מען אונז געזאגט...
[בילד – נישט אפגעהיט]

davka » 28/4/2005 17:57

מ'פלייייייייט... (מיט איין האנט אויפ'ן קאפל)
[בילד – נישט אפגעהיט]

davka » 28/4/2005 17:58

לעבעדיג
[בילד – נישט אפגעהיט]

davka » 28/4/2005 18:00

די בילד איז ממש דזשורנאליסטיג. ס'קוקט אויס ווי די קינד אויף די רעכטע זייט וויל עפעס זאגן פאר איינעם וואס שטייט קעגן איבער אינדרויסן פון די וואגאן. די אנדערע קינדער קוקן זיך צו און די מיטלסטע איגנארט
[בילד – נישט אפגעהיט]

davka » 28/4/2005 18:01

די קינדער קומען אראפ פון די "וואש מאשין" רייד. אינעם הינטערגרונד קען מען זען מעין סטריט פון מאנסי. SUPREME HEALTH FOOD STORE און די נייע BRIGHT VIEW OPTICAL. אויף די לינקע זייט אין בילד זעט מען הרבני החשוב ר' מרדכי (מוטי) קליין שליט"א בעל הכולל גראסערי פון די חשובים בעם.
[בילד – נישט אפגעהיט]

davka » 28/4/2005 18:02

די לאנגע ליינס צו די FERRIS WHEEL. פון הינטן זעט מען די נייע ROCKLAND KOSHER
[בילד – נישט אפגעהיט]

davka » 28/4/2005 18:02

ר' חיים הלל הילער שליט"א איז מקיים די מצוה לשמח את ב"ב ברגל
[בילד – נישט אפגעהיט]

davka » 28/4/2005 18:04

man10952 שרייבט:

ווי אידען זיצען און ביית המדרש האסטו נישט געקענט מאכן קיין בילדער

שלמה_זלמן » 28/4/2005 23:27

איך בין היינט ארויס צו נעמען בילדער אבער כ'האב נישט געהאט צופיל הצלחה. ס'איז געווען, ווי מ'זאגט, א שוואכן טאג ווי אויך האט דער מנהל הפורום צושמירט און צומזיק'ט מיינע לעצטע בילדער (נעקסט טיים נעם עס אינגאנצן אראפ ווי איידער צו מאכן א תל פון שיינע בילדער) פאר'ן חטא פון אריינעמען פרויען אין זיי. איך בין היינט געגאנגען צו די פאליסעידס מאל, כ'האב געהאפט אויף א גרויסן עולם אבער א נעכטיגן טאג. ס'איז קוים געווען דארט אידן ווי די בילדער וועלן ווייזן.

שלמה זלמן

שלמה_זלמן » 28/4/2005 23:32

אן איינצעלער אינגערמאן קוקט פאר SHOWTIMES ביי IMAX. נעכטן זענען אלע SHOWS געווען SOLD OUT. דער גאנצער ליידיגער פלאץ דא איז געווען געפאקט מיט אידן פון דעם גאנצן ארום. כ'האב אויך געפונען דא וויליאמסבורגער און ב"פ'ער חברה. (מיין CAMERA האב איך נישט געהאט מיט מיר. חבל על דאבדין.)
[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמה_זלמן » 28/4/2005 23:37

כאטש ס'איז קוים געווען מענטשן אין די MALL האט זיך געמאכט א מנין מנחה דארט. וואו ס'קומט א ליטפיק ווערט א מנין מנחה... (נאך א מזל זיי קומען אן צו די אלע פלעצער...)
[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמה_זלמן » 29/4/2005 03:52

א רעגן בויגן אין מאנסי היינט נאכמיטאג. אוי וויי. (אפשר ווייל כ'האב ארויפגעלייגט דא פיקטשערס פון פרויען)
[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמה_זלמן » 29/4/2005 03:55

אויפן THRUWAY בין איך פארבייגעפארן 2 באסעס וואס האבן אהיימגעברענגט מענטשן פון די פראטעסט קיין מאנסי
[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמה_זלמן » 29/4/2005 03:56

כנ"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]

man10952 » 29/4/2005 04:19

Thank you, rabbi davka for deleting the pictures from the women and shlomo zalman should put instead pictures what's going on in the shuls

שלמה_זלמן » 29/4/2005 05:30

ענטשולדיגט MAN10952 איך קען נישט אריינעמען א CAMERA אין שול און איך וועל נישט זיין באקוועם עס צו טון. אויפ'ן גאס איז אנדערש.

שלמה זלמן