מארגן נישט אזוי ווי אייביג וואס סקומט פאר נאר אין די וויקענט וועט פארקומען די מארש פון די סאלדאטן 4 נאכמיטאג
איך דארף דירעקשאנס פון בארא פארק ווער קען מיר געבן
I just called them on (845) 938-4011, I was told the parade to be held @ 5:00 PM , gates will close @ 4:00 PM so make sure to arrive on time, anyone over 16 will need to show picture ID, Museum hours are 10:30 AM to 4:30 PM, there is no charge to attand museum or parade.
שכויח אין בעיה
אפשר ווייסט איינער ווי נאך מען קען גיין אויפן וועג אהין מיט די קינדער?
איך בעט די וואס גייען קיין "וועסט פאונט" מיטהאלטן די "קאדעטס" פאראדע, אנא ואנא ווען איר זעהט אז דער עולם שטעלט זיך אויף און סאלוטירט זאלט איר דאס אויך טוהן.
איך דערמאן מיך פון דאס לעצטע מאל איך בין דארט געווען און איך זינק פאר בושה.
חסידישע אינגעלייט וואס אין מקוה דרשנען זיי מיט אייפער איבער די נחיצות פון ניצען מיליטערישע מאכט איבער די וועלט, און ווען עס קומט צו אפגעבן דעם פארמאלען הערצה פאר די מיליטער, האט ער מורא אז אויב וועט ער נוצן די רעכטע האנט אויף א סאלוט וועט ער דעם אנדערן טאג נישט קענען לייגן די הענט אויף די אויגן צו קר"ש...
דאכט זיך מיר אז ווען די ארקעסטרע שפילט דעם הימנע און די פאן גייט אריבער איז דער צייט וואס מ'שטעלט זיך אויף. טייל לייגן די רעכטע האנט אויפן הארץ, אדער ביים מקום חיבור הגולגולת עם הלחי. (אדער אפשר גאר ביידע אויפאמאל, איך געדענק נישט. אויב איינער ווייסט, ביטע מזכה זיין דעם עולם)
געדענקטס: דאס גלייכגילטיקייט רופט זיך זייער נישט שיין אן, ביי די ארומיגע. פירט אייך אויף איינשטענדיג און מיט שכל.
נעמטס אין באטראכט, דאס זענען די ציקונפטיגע קרבנות פון איראק!
מיינע אויגען האבען נישט געיגלייבט וואז איך האב געזעהן דארט וואו איבער 500 אידישע משפחות זענען געקומען חוה"מ האלטען מען האט אפשר געקענט זעהן 3 גוים, עס איז ב"ה געוועהן א מורא'דיגע קידוש השם.