אין וויליאמסבורג טוט זיך אויף טישן און בענק. די גאנצע שטאט שמועסט אז ווען וויליאמסבורג וואלט געהאט אן אייגענע פייער וואלונטיר ארגאניזאציע, אזוי ווי אין קרית יואל, וואלט מען מעגליך געקענט ראטעווען די דריי אידישע נפשות וואס זענען ל"ע אומגעקומען.
די קרית יואל פייער דעפארטמענט האט נאר אידישע וואלונטירן מיט א אידיש הארץ, וועלכע קומען אן צו א קאל אין אפאר סעקונדעס, און זייט זייער עקזיסטענץ האבן זיי שוין באוויזן צו ראטעווען נפשות מישראל און אויך אידישע פארמעגנס. נאר אין די וואך פון פסח אליינס האט מצילי אש פארלאשן צוויי הויז פייערן גענוג פרי צו ראטעווען ביידע הייזער פון אפפלאקערן אינגאנצן.
קרית יואל'ס פייער דעפארטמענט איז די איינציגסטע פייער דעפארטמענט וואס האט פוירסט ריספאנדערס, דאס מיינט אז די פייערלעשערס קומען אן דירעקט צו דעם סין, אנשטאט צו פארן קודם צו די פייער סטאנציע און דערנאך צו דעם פייער, און דאס טוט אויף א געוואלד.
דערצו האט די קרית יואל פייער דעפארטמענט אסאך מאשינען און עקוויפמענט ארויסצוראטעווען מענטשן פון ברענעדיגע בילדינגס.
עס איז שוין העכסט צייט אז די הצלה אין שטאט זאל אויך אנפאנגען צו טרעינען יונגעלייט וויאזוי צו פארלעשן פייערס ווען ס'איז נאך גענוג קליין, דורך פייער עקסטיגווינשערס (רוב פון די פייערס אין קרית יואל ווערן סייווי אויסגעלאשן דורך עקסטיגווינשערס, וויבאלד מען קומט אן ווען די פייער איז נאך גענוג קליין) און אויך דארף מען טרעפן נדבנים איינצוקויפן פייער רעסקיו מאשינען און עקוויפמענט דורך וואס מען קען ראטעווען מענטשן, און אפאר הצלה יונגעלייט זאלן אויך טראגן אלעמאל גרויסע לייטערס.
אפשר זאל מען אפילו גרינדן א מצילי אש פונקט ווי אין קרית יואל.
אין קרית יואל האט עס געארבעט, פארוואס זאלן אנדערע סאך גרעסערע ישובים נישט נאכטאן דעם ביישפיל.