היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » חוט המשולש המקורי,באנדא,וויינשטאק,פריינד

חוט המשולש המקורי,באנדא,וויינשטאק,פריינד

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1352784

ארענדאר » 23/4/2005 01:00

פרישע קאמפיין נייעס.

די אלייענס האט ארויס געשטעלט פרישע צוויי קאנדידאטן פאר טראסטי, נאכדעם וואס, שמואל צבי אייזענבערג, מיט שאול יודא מענדלאוויטש, האבען זיך אנטזאגט פון לויפן.

דער נייער אלייענס טיקעט איז:

באנדא פאר מעיאר.

יחזקאל וויינשטאק (יודל'ס ברודער) פאר טראסטי.

אברהם יושע פריינד פאר טראסטי.

קריתיואלער » 26/4/2005 07:26

ס'איז געווען א שרעקליכע פלאפ פאר די אלייענס, ווען די צוויי ארגינעלע קאנדידאטן, אייזנבערג און מענדלאוויטש, האבן זיך אפגעזאגט פון לויפן.

קוקט אויס אז די צוויי זענען נארמאלע מענטשן, און נישט וועלנדיג אראפשלינגען דעם ביטערן פיל ווי זיי פארלירן מיט א לענדסלייד, האבן זיי באשלאסן נישט צו זיין קיין סאור לוזערס, און זיי האבן זיך אפגעזאגט.

בלית ברירה האט די אלייענס זיך געמוזט אראפלאזן ביז דיוטא התחתונה ממש, און זיך ווענדן צו אברהם יושע פריינד, וואס האט אויפגענומען זייער אפפער מיט אפענע ארמס.

און יעצט וועלן קרית יואלער אידן האבן נאכאמאל א טשענס צו הערן דברי פי חכם חן (בלשון סגי נהר...) פון אברהם יושע'ן אז ס'וועט גיין א רויעך.

גוטזאגער » 28/4/2005 06:42

ווי איך הער, האט פנחס יאקאבאוויטש געהאט גאר גרויסע שוועריקייטן צו טרעפן קאנדידאטן, ער איז ארומגעלאפן צו צענדליגער מענטשן, און פראבירט ביי זיי צו פועל'ן אז זיי זאלן וועלן לויפן, אבער קיינער האט נישט געוואלט זיין קהל'ס נער, די אלגעמיינע סיבה איז געווען אז ס'איז א שאד יעדע פעני, ווייל ס'איז קלאר אז די אלייענס איז נאר א מיעוט פונעם עולם, און מ'קען בשום אופן נישט געווינען.

געשמאק » 3/5/2005 02:25


אזא גאהט-זעליגער טיקעט, שיין זיך דערלעבט.