די אלייענס האט היינט ערב בדיקת חמץ, אריינגעגעבן שרעקליכע אנקלאגעס אין קאורט קעגן ארענדזש קאונטי, שעריף דובאיס, די באורד אף עלעקשאנס און ווילידזש אוו קרית יואל.
אין די שרעקליכע מסירה זאגן זיי אז אידן זענען שווינדלערס און פעלשן וואוטס, און זיי קלאגן אן די קאונטי, שעריף דובאיס און די בארד אף עלעקשאנס, פאר'ן נישט גלייבן זייערע נארישע סטופיד טענות.
דאס זענען די זעלבע קלאגעס וואס זיי האבן שוין אריינגעגעבן אפאר מאל, און אלץ האט מען עס ארויסגעווארפן, יעצט האבן זיי נאכאמאל אריינגעגעבן די קלאגעס אפילו זיי ווייסן אז זיי האבן נישט קיין שום טשענס אז ס'זאל דורכגיין.
עס ציטערט דאס הארץ פון יעדן איד צו הערן די שרעקליכע חילול השם וואס זיי האבן געמאכט. די התגרות באומות איז דאך איום ונורא. ווי מעג א סאטמארער איד גיין און אנקלאגן גוים און נאכדערצו מאכן אזא געפערליכן חילול שם שמים.
דעוועלאופינג...
דא איז די בריוו וואס די אלייענס האט געשיקט פאר די ווילידזש צו סטראשענען אז זיי גייען גיין אין קאורט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
אין זייער בריוו האבן די אלייענס געשריבן אז אויב ענטפערט מען זיי ביז 14 טעג, זאגן זיי צו נישט צו גיין אין קאורט. ווי יעדער קען זען האט מען זיי געענטפערט פאר די 14 טעג איז אריבער, און אויפגעוויזן אז זייערע טענות זענען לעכערליך, און מען האט זיי געבעטן אז זיי זאלן זיך נישט משוגע מאכן ווייל זיי זענען שוין דורכגעפאלן אין קאורט איינמאל און זיי וועלן זיכער נאכאמאל דורכפאלן, נאכדערצו אז זיי גייען נאכאמאל און נאכאמאל מיט די זעלבע נארישע טענות.
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
די ביזט זעט אויס נישט אינפארמירט
1. דער בריוו פון די עקספיריענס און רעזולטאטן האט מען פערזענליך איבערגעגעבן פאר די באורד פון די אלייענס פארגאנגענעם פרייטאג פ' טהרה אפאר טאג נאך די 14 טאג אולטימאטום (איין טאג נאכדעם וואס דער באריכט איז ערשינען) נאר מען האט געמאכט א מוראדיגע חכמה'לע אז מען האט עס דאטירט יום ג' טהרה און נישט ארויסגעשיקט אויף די פאסט, ווייל עס זאל נישט האבן דעם פאסט מארק וואס וועט זיין א קלארע באווייז אז עס איז ערצייגט געווארן נאך די פערצן טאג
2. די אלייענס האט געשיקט אן אפיציעלן בריוו פאר די אפיציעלע VILLAGE OF KJ אדרעסירט צו יעדן פערזענליך, די טראסטיס דער מעיאר און קלוירק אדמיניסטראטאר, און פון זיי איז בכלל נישט געקומען קיין ענטפער אפילו נאך די 14 טאג
3. די בריוו פון די פריערדערמאנטע קאמיטע האט נישט קיין שום האפט וויבאלד עס איז נישט דא קיין נאמען אדער נומבער ווער דאס איז און צו ועם מען זאל זיך ווענדן, עס איז ענדערש א פאשקעוויל ווי א בריוו
תוקן על ידי - מאירהירש - 22/04/2005 5:42:25
אנטשולדיגט אז איך פרעג אייך ר' זשוליאני08
ווארשיינליך ארבעט איר אין ווילעדזש האל (ווייל די האסט געמאלדן די נייעס זייער שנעל אזוי ווי מען האט אייך געסערווט היינט האסטו שוין געפאסט)
נו אז דער ווילעדזש האט אזוי שווער געארבעט אז דזשעי נעט זאל צושטאנד קומען און ווי נישט ארבעטן היימישע אינגעלייט און מיידלעך וויבלעך אין דעם אפיס נו פארוואס זאל נישט זיין דזשעי נעט?
ווי פאסט דאס פאר דיר? לידיעתי ארבעט נישט היידפארק אויף דזשעי נעט
און בכלל זאל אייך ניטש שטערן אז איך פרעג???
איז דאס דיין אפיציעלע פאזיציע אין ווילעדזש?? שרייבן אויף היידפארק?
פארדעם ווערסטו מיט קלוירק קישטא_קאי (ג"ס) באצאלט פון די טעקספעיערס מאני צווי הונדערט טויזענט דאלאר א יאר?????
שעפעלע זיסע.
איך זעה אז די אויפדעקונג, פון מר. קושתא, דא אויף היידפארק, וועגן די געלד פרעסערייען פון דעם קאונסיל (אלייענס), האט דיר געלייגט פייער אונטערן וויידל, נאדיר נאכאמאל דעם לינק,
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1344202