די עלעקטראנישע מקוה טיר - א מחאה
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1348286
אין קרית יואל האט מען לעצטענס אינסטאלירט די עלקטראנישע מקוה טיר סיסטעם וואס לאזט נישט אריין אום באצאלט.
אצינד באמערק אין אין אידישע אפסטעיט פורם א מחאה וואס די בני יואל האבן ארויסגעגעבן קען דעם.
לייענט, און....
שרייבט וואס איז אייער מיינונג איז איבער דעם סיסטעם.
[בילד – נישט אפגעהיט]
וויפיהל קאסט חודש געלט אין די ק"י מקוה?
עס זעהט פשוט אויס אז דער דריקער פין דעם פאפיר קלערט אולי זיך צו שפארען אפאר טאלער.
מיין מיינונג קעגען די עלעקטראנישע טיר סיסטעם איז אז עס גיט נישט קיין רעשט.
איך בין גרייט צו באצאלען אבער איך קען נישט אלעמאל האבען עקזעקט טשעיינדש,
אז א סאדא מאשין קען געבן רעשט,אין א די מקוה מאשינען קען ליינען פינגערפרינט'ס מיט אנדערע קאמפיוטער טשאטשקעס זאלען זי אינסטאלירען א סיסטעם וואס גיט רעשט.
אינגערמאן:
ביזט נישט אריין אין די ריכטיגע טיר...
דא אין דעם פארום וועסטו נישט טרעפן דעם רבי'ן ז"ל'ס פארטרעטער'ס.
זיי דרייען זיך נאר אין אפסטעיט/קרית יואל...
און יעצט דאס אויך נישט, נאך די אומגעהויערע קלעפ פון פאריגע וואך אין יענעם פארום...
איך גלייך אין ערגעץ נישט די לעקטעראנישע טירן, אין די מקוה ממילא, קען איך נאך אויסהאלטן, אבער וואס באדערט מיך מער איז די טורנסטיילס אויף די סאבוועיס, איך וואלט מיך געקענעט שפארן אסאך געלט ווען די טירן אויפן סאבוועי איז ברייט אפען, איך האלט מ'דארף עפעס טאן דערוועגן...
א שוהל וואס ארדענט איין דעם סיסטעם איז נישט קיין חסיד'יש בית מדרש.
עס איז א ווייטאג אז פאר אלע שוואוויל טאג איז דא געלט אבער אז בחורים מיט געסט בפרט מארץ ישראל ראסט מען ארויס מקוה געלט
אינגערמאן איך האלט מיט דיר 100%
אלעס גייט אריין אין דעם 'בעלי זרוע' אטמאספער וואס באזשעוועט אין אונזער געזעלשאפט בזמן הזה.
בארץ ישראל גם יש מקוואות שיש להם את המערכת במקוה.
יוחי:
מען זעט אז דו האסט נישט אדורכגעליינט דעם בראשור פון קיט"ל קר"י איבער דעם ענין.
דער טיר איז אויסדריקליך נישט געקומען צו מאכן געלט, כאטש דאס קומט מיט אויטאמאטיש.
דאס איז אויסדריקליך געמאכט געווארן אויפן פארלאנג פון ועד הצניעות.
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1297206 yohcee718
א שוהל וואס ארדענט איין דעם סיסטעם איז נישט קיין חסיד'יש בית מדרש.
עס איז א ווייטאג אז פאר אלע שוואוויל טאג איז דא געלט אבער אז בחורים מיט געסט בפרט מארץ ישראל ראסט מען ארויס מקוה געלט
זיי מסביר וואס די שרייבסט!ווער רייסט געלט ?פארוואס זאל מען נישט דארפן באצאלן פאר א זאך וואס מען ניצט?
וואספארא שוואוויל טאג איז דא געלט?
וואס דארף אלץ א א"י בחור באקימען אימזינסט חוץ א מקווה? וואס עס קאסט ממון ודמים פאר קהל?
אין באבוב אינדערפרי זיצט איינער אין גיט רעשט אויב איינער דארף, און טאמער איינער האט נישט לאזט ער אריין אהן געלט.
getme
שוואויל טאג? די געלט וואס מ'האט צו שווענדעווען אויף ריזיקע סיינס פאר רבי'שע חתונה'ס קען אויסצאלען פאר אלע בחורים זאלן גיין בחנם אין מקוה. (נאר איין משל, ווילסט נאך שוואויל טאג משלים?)
דער הויבט חילוק פון א מאדערנער שוהל בעיקר די רפורמער אין קאנסערוואטיווער איז, אז מ'קען נישט פשוט אריין אין א טעמפל אין מתפלל זיין מ'מוז זיין א מעמבער.
אדערש איז א חסיד'יש בימ"ד (להבדיל) מ'קען אפ דאווענען כל ימי חיו אין נישט זיין 'מחיוב' איין צענט. א יעדער איז וועלקום.. נאר די בעלי יכולות צאלען פריי וויליג אז אלע זאלען זיך געפונען דאס פלאץ.
לדוגמה: 10 יצחק רוזענבערג'ס איז נאך קיין חסיד'ישער קלויז. אבער 10 ר' יוסף סאקס מיט לחיים הערינג טינקערס 11 אזייגער אידערפרי מיט א סיפור פון רבי ר' מיילעך איז יא חסידישער שוהל..
it's a matter of priorities
איבער דעם ועד הצניעות...
מיין מיינונג איבער זייער צוגאנג איז בדרך כלל נעגאטיוו ..זיי האלטן אז מיט נאך אין נאך 'השגחה' קען מען ברענגען משיח ואת רוח הטומאה אעביר ...ווען זיי האבען דעם מאכט וואלט געוועהן א שפיאן מיט א קעמערא אין יעדעמ'ס צימער אין לעכל..
צוויי זאכען
1)די בעלי עבירה וועט מען קיין מאהל נישט אפשטעלן מיט די מעטאדען.
2) דער איינציגער וועג איז נאך און נאך תפלה אין מוסר מיט אמונה אין לימוד התורה ואין היצר שורה אלא בלב פנוי..
בכלל האלט איך נישט אז צוליב בעלי עבירה דארף א יעדער ליידען.
אדרבה
lets debate the issues
עס איז נישט דא וואס צי דיבעטין
שרייבסט ווי א שטיקל נער אז א שיל קימט מען זאל נישט צאלן קיין פעני ביזט מן הסתם א אפשטמיגער פין איזרעלי שנארער וואס ניצט יעדעם אויס ביזן לעצטן טראפן
איינער וואס האלט אז מען זאל גיין אין מקווה אין צאלן אין דאווענענן אין א שיל אן זיין מחייב צי צאלן א פעני,איז "נישט" א חסידישער אינגערמאן "נאר" א פלענער חז..
איך ווייס אז ראדני גייט אויך בקרוב לייגן אזא צוים, פשוט די ארונים שנארער וועלכע צאלן נישט קיין פעני, זאלן זיך "אינגאנצן" אפטראגן...
און עס וועט ארבעטן.
זיי זענען שוין 90 פראצענט אינדרויסן , און דורך דעם טיר ווען די איבריגע 10 אויך גיין וואו די אויגן וועלן זיי (פאר)טראגן...
איך מיין אז יוחי איז גערעכט, עכ"פ אין דער נושא פינעם משמרת הצניעות.
ווער איז דאס גענוי דער משמרת הצניעות וואס איז פארנימען אויף זיכען שמוציגער אינגען אגאנצען טאג, און דערנאך זאלען זיי פרואווען איינרעדען דעם עולם אז זיי האבען איבערגעלאזט ביי זיך עפעס א זיקה פין יראת שמים צו קוקען אויף זייערע אייגענע מצוות ומעשים טובים?
עס איז ליידער א ביטערע מציאות, אבער אזוי שרייבט דער בעל התניא אין די בריוו, "העוסק עם מנוול מתנוול גם כן"
תוקן על ידי - jid_613 - 19/04/2005 19:45:05
במאי עסקינן א"א בשלמא במקום זנוח שפיר אלא א"א במקום שהמרחץ חם ונקיות שורה במקום ונותנים שאר צרכי המתרחצים כדבעי מאי איכא למימר
עס איז נישט גרינג צו זיין א יוד ושום דבר טוב לא בא בקלות
יוחי...
I am very disapointed in you...
געווענדליך שרייבסטו בטוב טוב וטעם, אבער נישט דא.
קודם כל... די חילוק פון א רעפארם שוהל און א חסידישע שוהל איז נישט (נאר) די מקוה.
מען קען אריינגיין אין איעדע שוהל אין ווילי און בארא פארק דאווענען אהן באצאהלען.
פאר א מקוה דארף מען באצאלען. עס קאסט גאר אסאך געלט אויפהאלטן. ביסט גערעכט מיט די אלע רבישע סיינס וכדומה, אבער איין עוולה מיינט נאך נישט אז די מקוה איז אויך א עוולה. און מיין ביהמ"ד ווער עס קען נישט באצאהלען באקומט א קארטל "אומזיסט"! Just for the asking.
עס איז באקאנט אז א פאר גרויסע בתי מדרשים זענען די Suppliers פונעם מקוה סערוויס פאר רוב שטאט. פארוואס דארף סאטמאר, פאפא און קראלע צאלען מקוה פאר אלע סקווירא בחורים?
אויך וועגען וועד הצניעות, איך גיי נישט אריין צו זיי זענען ערליך, ווער רוב פון זיי זענען וכדומה, אבער א מקוה דארף שמירה.
זעץ דיך אראפ מיט 10 פון דיינע חברים און מאך א survey מען זאל זיך דערמאנען אויב אן ערוואקסענען איז געווען אמאהל צו שטארק "בידידות" און מקוה ווען זיי זענען נאך געווען קליין און "רוב" וולען זאגען אז יא! עס איז א ווייטאגליכן פאקט. א מקוה דארף שמירה פון די פאר "שקצים, קראנקע באשעפענישן און אהנשיקענישן"!
און יא... אויב מען קען טרעפען א נדבן צו געבען קארטלעך פאר אלע בחורים וואלט עס געווען א שיינע זאך. אבער "עס קומט זיך נישט" אוטומאטיש...
אינגערמאן
יוהסי(?!)
איך האלט מיט אייך, א חסידיש ביהמ"ד קומט מיט א מקווה.
איי לגבי שמירה וגם צניעות = וואס איז ליידער א פאקט.
די וועדי משמרת פאטשקענען זיך אין טינוף- אבער איינער מוז דאך דאס טוהן.
וגם מהיכן ירק זה חי? ווער וועט באצאלען פאר די נייע האנטוכער - הייצען קומט דאך בחנם כידוע ליודעי ח"ן.
אימא לכו מילתא דשויא לתרוויכו.
פון 8 ביז צעהן זיצט א לעבעדיקער מקווה ייד, לאזט אריין בחורים אורחים, ושאר עמך בית ישראל. שערט אפ אויך, ולפעמים פארקויפט ער טועמיה.
די אנדערע צוויי און צוואנציג שעה איין עלעטראנישער מקוה ייד.
צופרידען?
יוסי אוי ווי גוט דו זאגסט.
די פראבלעים איז טאקע דאס
די מקוה איז א באד (אינדערהיים האט א באד גיקאסט געלט)
די שטיבלעך זענען פארוואנדעלט גיווארען און שוהלען
ווען איז דאס לעצטע מאהל גיווען ווען די האסט דיר פארשמירט דאס רעקעל פון הערינג?
זכרנו את הדגה שאכלנו !!!
בארא פארק
שכויח פאר דיין איבער שעצן מיך
אבער איך האלט מיך ביי מיין טענה..
ווען עס איז פארהאנן חלוקי דעות איז דא גוטע נקודות פאר ביידע זייטן מיין טענה איז אז דער צד פון 'נאכגעבערישקייט' זאל איבער וועגן THATS ALL
דו האסט געשריבען
"קודם כל... די חילוק פון א רעפארם שוהל און א חסידישע שוהל איז נישט (נאר) די מקוה.
מען קען אריינגיין אין איעדע שוהל אין ווילי און בארא פארק דאווענען אהן באצאהלען."
א שוהל איז נאר צום דאווענען?
וואס איז מיט קאווע? (אין סאטמאר בארא פארק איבער 1000 דולר לחודש!)
ווי פול קאסט 'בית חיה'?
ספרים איז אומזיסט?
איר קאנדישען איז אומזיסט?
הייצונג?
וכו' וכו'
ניין אלס קאסט א געוואלד מיט געלט
אבער מיר היימישע חסידים האלטן שטארק פון
"LET THE RICH PAY"
ביי חסידים איז א מקוה גאר א וויכטיגער עלעמענט עס איז נישט א 'באד' אין אויב מ'רעדט פון סאטמאר איז עס געוועהן בנפשו פון סאטמאר רב אז בחורים זאלען גיין פריי.
מיר געפעלט גאר שטארק באטשי'ס עצה טובה עיין לעיל
יוחי:
בעצם אין פרינציפ ביזטו גערעכט.
און עס איז אויך אמת אז דער רבי זי"ע האט דירעקט מקפיד געווען אז מען זאל נישט שווער מאכן אויף די וועלכע האבן נישט צו באצאלן פאר די מקוה.
נאר מיט איין פרט ביזטו אויסדריקליך נישט גערעכט.
דער ענין פון ועד הצניעות.
כ'ווייס אז אלע שמוציגע חברה (נישט דו ח"ו) האבן כסדר ליב צו חזר'ן אז די חברי הועד זענען שמוציג ווייל זיי רעדן מיט זיי...
אבער אין מציאות זענען די וועלכע טוען אין די זאכן, אין א פיל העכערע מדריגה ווי די "הצלה", ווייל גדול המחטיאו מן ההורגו.
און בפרט ווען די מענטשן באקומען ווייט נישט אזויפיל אנערקענונג ווי די הצלה מעמבער'ס, און כ'וועל נישט יעצט מאריך זיין אין די סיבות.
אבער עס איז זיכער אז ווען די חברי הועד קומען אריבער צו א מיטינג מיט די הנהלת הקהלה, און שרייען אז דער מצב איז געפערליך, איז זיכער אז מען מוז זיך מיט זיי רעכענען.
און פאר די זעלבע סיבה וואס מען האט אפגעשפארט דעם שוויץ, טראץ וואס עס איז נאך געווען פון די צייטן פון רבי'ן זי"ע. האט מען יעצט געמוזט ארויפלייגן דעם סיסטעם.
און יא, מיר האבן אויך מקיים געווען אינאיינוועג'ס דעם "ועשית ככל אשר יורוך"...
איך קען נישט קיין סאך מענטשען וואס ארבעטן פאר וועד הצניעות, אבער די וואס איך קען יא וואלטען רואיג געדארפט שטיין פון די אנדערע זייט אין כאפען מכות פון וועד הצניעות.
its a real dirty jobD אין למעשה נאר ריכטיגע LOWLIVES שטעלן זך צו אזא סארט ארבעט.
natrul
זאלי
ווי האסטו מיך געזעהן בארעדען 'ועד הצניעות'?
איך האלט נישט פון זייערע 'פתרונות' דהיינו לייגען א שוועריקייט אויף דעם גאנצען עולם צוליב די חוטאים.
ווייל די הגדרות האט נישט קיין גבול און די פתרונות העלפן גארניש.
דער פאקט איז אבער, ווען אנשים 'עסקנים' קומען צו א רב א מנהיג, גיבט ער זיי אלס נאך ...מכמה סיבות
1) ער ווארט קוים אז די אנשי הועד זאלען ארויס פון זיין שטוב, ווי לאנג זיי רעדען פילט ער ווי מערישקעס קריכען אויף זיין הויט.
2) רוב רבנים האבען נישט די GUTS צו זאגען ניין אז דער עצה איז נישט גוט. ווייל ער וויל נישט אויסקוקען ווי איינער וואס חטא הידוע איז ביי איהם א דבר של מה בכך. וד"ל.. און כדי צו זיין א 'צדיק' איז ער גרייט מיט צו שטימען מיט סיי וואס זיי שלאגען פאר.
זאלי
בוסט גערעכט מיט אלעמעם איבער דעם חומר הענין, אבער מיר מאכען א טעות כאילו מיר האבען אן עצה ותבונה מער ווי די פריריגע. עס איז נישט דא קיין שום עצה נאר נאך ציגיין די חוטאים אין בדרכי נועם נאך אמאהל און נאך אמאהל מדריך צו זיין אז ג-ט ברוך איז א גוטער איז מוחל לשבים אליו אין נעם זיך פאר צו זיין בעסער.
*זאלי-וועקי שרייבט: *
מען זעט אז דו האסט נישט אדורכגעליינט דעם בראשור פון קיט"ל קר"י איבער דעם ענין.
דער טיר איז אויסדריקליך נישט געקומען צו מאכן געלט, כאטש דאס קומט מיט אויטאמאטיש.
דאס איז אויסדריקליך געמאכט געווארן אויפן פארלאנג פון ועד הצניעות.
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1297206
* * *
די וועד הצניעות תירוץ איז אבי געזונט,
מען מיינט תכלית "מאני"....
מען זעט אז דו דרייסט זיך נישט אין קרית יואל.
אויב מיינט מען יא עפעס, איז עס נאר אז די זאלי'ס זאלן שוין ענדליך אפטראגן פון שוהל.
עס איז מער מסתבר אז זיי וועלן ענדערש גיין צו די רעבעצין פון היינט און ווייטער (סאסמאן וועט נישט בויען אזוי שנעל קיין מקוה, קודם דארף י.ח.ק. באצאלן פאר דעם הייליגן יחזקאל בראך און יחזקאל גליק), ווי איידער צו שטיצן די קהילה וואס גייט אין קאורט...
און עס איז בלתי שום ספק, אז דער הויפט שפילער דא איז ועד הצניעות.
און וועגן דעם ענין פון ועד הצניעות, בין איך נישט גרייט צו רעדן אין פאבליק. אויב עמיצער איז אינטערעסירט קען ער זיך ווענדן צו מיר פריוואט.
גראדע דא איז ער גערעכט אז עס האט נישט מיט פאליטיק לויט מיין ידיעה ווייל די וועד דהצניעות פין וויליאמסבורג צו זאמעןמיט קרית יואל אין אויך צוזאמען קעלנער הלל טייטילביום יודל שלעזינגער
יוחי:
קודם כל האב איך דאך געשריבן אז ווער עס קען נישט באצאלען אין מיין ביהמ"ד קען באקומען א קארטעל אומזיסט
just for the asking און עס איז Stickly Confidential
און וואס זאגסטו מיר וועגען ספרים און עיר קאנדישען אז עס קאסט געלט וכדומה... ווען איך האב געשריבן אז מען קען אריינגיין אין איעדע ביהמ"ד און ווילי אדער בארא פארק אומבאצאהלט האב איך דען געמיינט צו זאגן אז ער טאר נישט הנאה האבן פונעם עיר קאנדישען? דאס איז אזוי ווי די מעשה פונעם בעטלער וואס דער גביר האט איהם גענומען אויף זיין וואגען האט ער געהאלטן זיין זאק ווייל גענוג אז די נעמסט מיך דארפסט דאך נישט שלעפן מיין זאק אויך... דאס זענען דברים הבאים ממילא.
איך ווייס אז א מקוה איז "זייער א וויכטיגע" חלק פונעם חסידישען לעבן. אבער עס מוז האבען א שטארקע שמירה פון אייגענע און נאך מער פרעמדע משוגעים.
דאס וואס אמאהל האט מען עס נישט געטוהן נעמט נאך נישט אוועק די נחיצות הענין.
יעצט איז אזוי: אויב האסטו אמאהל געליינט מיינע דרשות ווייסטו אז בשיטה האלט איך אז "כל ישראל קדושים הם" און אז מען דארף אייביג זוכען נאר גוטס ביי אידען. איך בין פון די מענטשען וואס האלטען אז מען דארף אייביג זעהן די גוטס ביי חסידים, הגם א געוואלד זאכען וואס זיי טוען איז זייער שווער דן זיין לכף זכות (שרייען שיקצע אויף א ערליכע מאמא ווייל זי פאלגט נישט "דיין" גלויבען און טראגט מיטן עירוב, וכדומה). אבער צו גיין אזוי ווייט און זאגן אזוי ווי דיר:
יוחי'ס ווערטער (אין רויט) --->בוסט גערעכט מיט אלעמעם איבער דעם חומר הענין, אבער מיר מאכען א טעות כאילו מיר האבען אן עצה ותבונה מער ווי די פריריגע. עס איז נישט דא קיין שום עצה נאר נאך ציגיין די חוטאים אין בדרכי נועם נאך אמאהל און נאך אמאהל מדריך צו זיין אז ג-ט ברוך איז א גוטער איז מוחל לשבים אליו אין נעם זיך פאר צו זיין בעסער.
דאס שוין נישט. די מענשטן פארשטייען נישט קיין שיינעם. זיי זענען נעבעך "קראנק"! מיט די מענטשען וואס טשעפען בחורים און אינגלעך קען מען נישט גיין בדרכי נועם. מען דארף זיי פארשיקן פון מקוה. איך האלט אויך פון הערן אנדערע צדדים אבער אויב האלסטו אנדערשט (אין דעם לעצטען הינזיכט) ביסטו
תוקן על ידי - בארא_פארק - 20/04/2005 19:01:29
בארא פארקער:
יוסי האט געזאגט >איך האלט נישט פון זייערע 'פתרונות' דהיינו לייגען א שוועריקייט אויף דעם גאנצען עולם צוליב די חוטאים.
אין מיט דעים איז ער הונדערט פראצענט גירעכט
זיי דארף מען געיבען מכות רצח נאר דאס פארשטייען זיי אזוי ווי עס איז גיווען אין בארא פארק א האלב יאר צוריק ווען מען האע אפגעשניטען איינעם די בארד און פיאות.
און די TURNSTYLES און די מקוואות זענען גימאכט נאר פאר געלט
yinkerman, your 100% correct, ans its not a bisha, to ask money, just vakey tries it to make that vat hatznius is under it
ליידער איז יוחי גערעכט, א בעזים וואס קערט שמוץ איז על כרחך אליין שמוציג מכף רגל ועד ראש, ייש"כ דזשיד/תריג פארן תניא סאיז ממש אזוי
און בכלל, פארשטיי כנישט וואס די גדר איז דא, פאר א גנב קען מאכן 10 טירן אבער בענק ווערן ווייטער באראבעוועט
if there is a will there is a way
א קראנקער דארף מען היילן, גארנישט עפעס אנדערש העלפט נישט
וועגן די געלט חלק איז דא גיטע צדדים לכאן ולכאן, פערזענליך גלייך איך גראדע אזא סיסטעם ווייל סהאלט נישט אויף דעם דורכגאנג ספארט געשמירט און כבלייב אויך קיינעם נישט שולדיג, די וואס קענען נישט צאלן באקומען דאך בחינם, נו וועם שטערט דאס?
ווער-בין-איך א ישר כח!
איך פארשטיי גאנץ גוט אז צו באהאנדלען די סארט 'קראנקע' איז גאר א שווערע פרשה. אין אודאי דארף מען זיי פארטרייבען פון מקוה.
אבער פאר קיין שום פאל בארעכטיגט דאס נישט לע"ד איינציפירען דער נייער סיסטעם פון באלעסטיגען דעם 'גאנצען' צבור. און אפשר אויב מ'מאכט עס מיט די אלע תנאים פון געבען 'פרייע' קארטליך פאר אורחים בחורים אין עניים איז אפשר דאס יא א פלאן,
אבל לבי אומר לי אז דאס איז נאר א מסוה, ווייל שפעטער ווי געוועהנליך איז א יעדער שמש מלא חנופה נאר פאר די גבירים וואס שטופען איהם כסדר מיט זייערע טיפ'ס, אבער די 'שלעפערס' זענען פאר איהם נאר א קאפ וויי, א טורח און א משא.
בארא פארקער
מיין 'דרכי נועם' צוגאנג איז נישט קיין הפקר ליבעראלע מה איכפת'דיגע. נאר איך האלט אז כידוע אפילו 'שלעק' העלפט אויך נישט!
מיר בלייבן נאר מיט אמונת חכמים כולי האי ואולי ה' ירחם וועט די עצה פון חז"ל העלפן. דהיינו שאין היצר שורה אלא בלב פנוי אין נאר לימוד התורה העלפט. [THERAPY MAYBE?]
OR CHEMICAL CASTRATION
or line 'em up against the wall and shoot 'em
איך טוה נאך אמאהל באטאנען אז מ'האט דא 'צוויי צדדים מיט גוטע סברות לכאן ולכאן איך אבער בין נוטה צו א בית מדרש וואס איז אעפן אין פריי פאר אלע. מכל הבחינות.
איך וואלט מציע געווען פאר די מקוה אידן ווי עס איז דא א עלעקטראנישע טיר צו לייגען א מאשין וואס נעמט קרעדיט-קארד'ס.
אז יא סאפיסטיקעטעד זאל מען עפעס פארדינען פון דעם.
למעשה וועלן ביידע צדדים פארדינען.
אויב מנעמט שוין קרעדיט קארדס זאל שוין זיין א מעניו סיסטעם
שעמפאא
DIAL SOAP
SPA
צוויי האנטוכער
SHOE SHINE
נעגעל שניידער
וכו' וכו'
הער אויס
די אלע זאכען זענען באקוועמליכקייטן, אבער אויב די מאשין וועט קענען נעמען קרעדיט קארד'ס וועלן אפילו רוב טענות אוועקפאלען.
דער איד פון אויסלאנד האט אויך א קרעדיט קארד, דער מענטש וואס בלייבט שטעקן מיט א ליידיגע טאש האט אויך א קרעדיט קארד, און אפילו פאר משמרת הצניעות איז גוט א קרעדיט קארד.
איך וואלט מציע געווען אזא סארט מאשין וואס איז דא אין ערפארט ווען מען וויל דינגען א וועגל פאר א דאלער.
אז ממ טירנויער און מאנטרעאל האט געלאזט מאכן א מאשין דאן קען שוין יעדער און סאטמאר האבן
איך בין געווען איינמאל איוואלווד אין א מקוה פון א ביהמ"ד אין וומ"ס, איך קען ענק גאראנטירן איין זאך ווען עס וואלט נישט געווען אזויפיל אויסניצערס, עביוזערס און חזירים וואלט מען נישט געלייגט קיין שלעסער, עס איז אלס אזוי אז מ'דארף ליידן וועגן די טראבל מעקערס, ווען יעדער וואלט געווען נארמאל וואלט מען נישט געלייגט קיין שלעסער אין ערגעץ, וויפיל איז די שיעור וואס א ביהמ"ד דארף זיך לאזן קאסטן פאר "גנבים" יא "גנבים", אוואדי וואלט געווען שיין אז ס'האט נישט קיין שלעסער, ס'וואלט געווען שיין ווען אין ערגעץ איז נישט דא קיין שלעסער.
אויב איינער זארגט זיך אזוי פאר אידישקייט זאל ער שטאטס שרייבן פאשעקווילן עפענען א גמ"ח פון "מקוה קארטלעך" אין ספאנסערן "מקוה קארטלעך" פאר די וואס זענען נעבעך אזוי ארעם אז זיי קענען נישט עפארדן צו באצאלן "מקוה געלט".
איז די מאדערענע שולען איז נישט דא א מעגליכקייט אריינצוגיין און א שול דאווענען אז מען האט נישט קיין באצאלטער זיץ ווי ביי א קאנצערט.
אז און א היימישע שול קען יעדער אריינקומען דאווענען דארף דאך פון ערגעץ זיין א הכנסה.
מקוה בחינם איז מוגזם.