היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » הצלה וויי-געשריי ביים פאליס סטעישאן!

הצלה וויי-געשריי ביים פאליס סטעישאן!

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1347825

זשוליאני08 » 18/4/2005 18:13

צוליב די שרעקליכע העצערייען פון פנחס יאקאבאוויטש קעגן קרית יואל, וואס האבן געפירט דערצו אז די סטעיט פאליס זענען שרעקליך גערעגט קעגן קרית יואל, און זענען זיך נוקם דורך טיילן טיקעטס פאר אומשולדיגע קרית יואל'ער איינוואוינערס, דערצו מאכן זיי גאר שווער דעם מצב פאר די הצלה מעמבערס, וואס זיי שטעלן אפ און טיילן פאר זיי טיקעטס לרוב, איז היינט פארגעקומען א דראמאטישע וויי-געשריי אין פראנט פון די פאליס סטעישאן, ווען אלע הצלה מעמבערס האבן זיך אראפגעלאזט ביי די סטעישאן און מיט בקשות ותחנונים זיך געבעטן צו די סטעיט פאליס אז זיי זאלן אויפהערן צו שטערן די הייליגע ארבעט פון די הצלה, בלויז צוליב דעם רשעות פון איין אומ'אחריות'דיגער יונגערמאנטשיק, וואס לעבט אין אן עולם הדמיון אז ער איז א זקן ונשוא פנים און וועגן דעם האט ער א רעכט צו טאן וואס ער וויל.

די אקציע איז געווען א מורא'דיגער סוקסעס.

ווי עס איז באשריבן געווארן דא אויף היידפארק מיט אפאר וואכן צוריק איז א הצלה וואלונטיר, א יונגערמאן אריבערגעגאנגען א שווערע קארט קעיס, נאכ'ן אפגעשטעלט ווערן אינמיטן פארן צו א קאל. לעצטנס איז דער פאראמעדיק, ר' אברהם יצחק פלאהר, אפגעשטעלט געווארן ווען ער איז געפלויגן מיט די לייטס צו ריספאנדן צו א קאל. דאס איז חוץ די אלע פעלער וואס די פאליס קומט אן אינמיטן א קאל און פאנגט אן צו פארפירן און איבערדרייען א וועלט. אפאר מאל האבן שוין די סטעיט פאליס אפילו געוואלט ארעסטירן די הצלה מעמבערס וואס זענען אנגעקומען צו א קאל פון אן עקסידענט, מכלומר'שט אויף די טענה אז די הצלה מעמבערס האבן געמאכט דעם עקסידענט.

פנחס יאקאבאוויטש מיר בעטן זיך צו דיר הרף, סטאפ! לאז דיך אפ פון אונזערע ביינער! הער אויף מיט דיינע ביליגע געמיינע שטיקעס פון אנהעצן די סטעיט פאליס קעגן אונז! פארוואס קומט זיך עס אונז אז מיר זאלן אזויפיל ליידן? פארוואס דארפן קרית יואל'ער אידן באצאלן אזויפיל טייער געלט, און אזויפיל טייער צייט צו פייטן טיקעטס? פארוואס איז די ק"י הצלה ארג. די איינציגסטע הצלה ארגאניזאציע איבער דער וועלט וואס קען נישט פונקציאנירן געהעריג, נאר צוליב דיין רשעות?

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 18/04/2005 18:16:06

זשוליאני08 » 18/4/2005 18:29

איינער האט מיר אריינגעשיקט פיקטשערס אויף אימעיל, אבער דער וואס האט עס געכאפט איז שוין אנגעקומען אביסל צו שפעט. ווער ס'האט בילדער פון פריער זאל זיין אזוי גוט און מיר שיקן א תיבה אישית, אדער אליינס ארויפלייגן די פיקטשערס.

די הצלה יונגעלייגט גייען אהיים נאך די פיקעטינג. מען זעט די קארס פון די פאראמעדיקס אברהם יצחק פלאהר און ליפא סאנדעל.
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 18/4/2005 18:31

די הצלה מעמבערס רעדן צו די הויכע סטעיט פאליס באאמטע נאך די אקציע
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 18/4/2005 18:31

כנ"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 18/4/2005 18:33

הצלה קארס געפארקט אויף די גראז נעבן די סטעיט פאליס סטעישאן
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 18/4/2005 18:41

דא זעט מען די בריוון וואס האבן געפירט צו די שרעקליך אנגעצויגענע מצב, די בריוון וואס פנחס יאקאבאוויטש האט געשיקט צו די סטעיט פאליס זיי צו ווארענען אז קרית יואל וויל זיי אונטערברענגען און זיי זאלן זיך נישט לאזן. ווי יעדער ווייסט שוין היינט ליידער האט די סטעיט פאליס זיך געלאזט אנהעצן פון פנחס'ן, און טיילן אויס רדיפות פאר קרית יואל'ער איינוואוינערס, און נאך סאך מער פאר די חברה הצלה.

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 18/4/2005 18:46

א פרישע בריוו וואס דער אומערצויגן קינד האט געשיקט צו די סטעיט פאליס, מחזק צו זיין ידי עושי מצוה מיט זייער הייליג ארבעט פון רודפ'ן קרית יואל'ער איינוואוינערס און די חברה הצלה

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 18/4/2005 18:49

און נישט פארגעסן די גוטע פּארט, אז פנחס יאקאבאוויטש האט בשכר זאת פאר'ן מסר'ן קרית יואל געבעטן פון די פאליס אז זיי זאלן אים שיקן א פאליס סטיקער.
http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1316827

תיבהאישית » 19/4/2005 17:16

Ambulance corps volunteers angry

By Chris McKenna
Times Herald-Record
cmckenna@th-record.com

Kiryas Joel – Ambulance corps volunteers from Kiryas Joel descended upon the state police barracks just outside their village yesterday morning to complain of harassment after one of their members was ticketed while answering an emergency call.
Almost 20 men stood outside on the steps while a village representative spoke inside with police commanders. Several said angrily that troopers have ticketed corps members while they were racing to calls and that it was interfering with their handling of emergencies.
"We thought we had a good relationship," said one volunteer, who, like the others, didn't want his named used. "But they're upset with us for being too efficient."
Police later sounded surprised about the protest. They said the 34-year-old driver stopped and ticketed at 9 a.m. yesterday for not wearing a seat belt was answering a low-level call and was driving a minivan with no flashing lights, siren or other indication that he was on his way to an emergency.
They denied there has been any recent ticketing blitz that would explain the clamor that immediately followed.
"There is no concerted effort; there has been no crackdown," Major John Melville said.
Lt. Pierce Gallagher of the Monroe barracks said: "We send troopers out every day, and their direction is to enforce laws for anyone they come across."
The volunteers gathered at the barracks yesterday estimated that members had gotten 30 to 35 tickets in the past couple of months, but there was no way to confirm or refute that.
Morris Steinberg, the paid executive director of the ambulance corps, wouldn't go into numbers when reached later in the day and sounded a more conciliatory note than his volunteers. He wasn't at the barracks with them yesterday.
But he did say that members have been impeded on the job and that he wants to discuss the issue with the police.
"There seems to be a lack of understanding as to how we operate," he said. "Professional courtesies in some cases have not been extended."
Kiryas Joel's ambulance corps, known as Hatzollah, is a big source of pride in the Hasidic community because of its speedy responses and willingness to drive patients to hospitals in New York City and more far-flung places if they think an injury demands special care.

http://www.recordonline.com/archive/2005/04/19/protest1.htm

שוכמאכער » 20/4/2005 19:07

לדעתי, הצלה ק"י זענען רשעים פארוואס זיי האבן געטאן, און אידן וועלן נאך א סאך ליידן דערוועגן!

מא שטיינבערג איז א אלטער בעל מחלוקות. ער פייט יעדן און צוקריגט זיך שנעל מיט יעדע האספיטאל און ארגאניזאציע. הצלה אין סענטראל, מאנסי, קעטסקילס, ביקור חולים'ס האבן עים פיינט. נישט בחינם. ער איז א גוטער עסקן, אבער א ווילדער מענטש.

הצלה איבעראל האט געהאט אישוס מיט פאליס וואס סטאפט הצלה. מען האט עס אייביג אויסגעארבייט. די פאליס וויל נאר מען זאל רעדן מיט זיי. דעטס איט!

די סטעיט פאליס איז נישט אינגאנצן נישט גערעכט. הצלה מעמבערס אביוזען גענוג זייער לייטס ענד סיירין. (שטיי ביי קארנעל לי ענד הופער, צייל וויפיל הצלה פייפן מיט זייער "עיר הארן" פייפער!) זומער פארט מען ארויס ווי חיות צו די קעטסקילס, פרייטאג נאכמיטאג, מיט לייטס אויב איז דא קאנסטראקשען. רוב הצלה קאלס זענען נישט קיין עכטע עמוירדזשענסי, און הצלה קארס וואס פארן ווילד, אן קאנטראל איז א גרעסערע סכנה ווי די קאל! מען מעג זיי קאנטראלן.

בעק טו מיי פוינט: די וועג ווי אזוי די ק"י חברה פירן זיך אויף איז זייער נישט גוט. כ'האב שוין געהערט אז סענטראל און קעטסקילס הצלה קרעכטצן אויף וואס איז געווען: זיי ווייסן עס וועט "זיי" טייער קאסטן דעם זומער!

אבער דעיס איז אייביג געווען די סאטמארער ווילדע מענטעלעטי.

נאר איין קשיא האב איך: פארוואס נאר ווען מ'טשעפעט מיט אראבער הייסט דאס "התגרות באמות", און נישט ווען מען רייצט זיך מיט פארטא ריקאנער אין ווילאמסבורג אדער סטעיט פאליס און סתם שכנים אין מאנרא? הא?

זשוליאני08 » 20/4/2005 21:45

איך זע נישט אין ערגעץ אז מען האט זיך געטשעפעט מיט די פאליס. איך זע איין זאך אין דעם רעקארד אז זיי זענען אראפגעגאנגען צו די פאליס סטעישאן "קאמפלעינען."

אין סאטמאר איז קאמפלעינען אלעמאל געווען מותר, און אפשר גאר א מצוה, מען פלעגט פארן קיין מאנהעטען צו קאמפלעינען ביי די אמבאסאדעס פון אייראפעאישע לענדער פארוואס זיי פארשוועכן די קברים פון צדיקים.

KJAlliance » 20/4/2005 22:19

שוכמאכער

זעה אז איינער זאל דיר איבערטייטשן די פאלגענדע פאראגראף
Morris Steinberg, the paid executive director of the ambulance corps, wouldn't go into numbers when reached later in the day and sounded a more conciliatory note than his volunteers. He wasn't at the barracks with them yesterday.
But he did say that members have been impeded on the job and that he wants to discuss the issue with the police.

אבער דו האלט ווייטער אן, מיט דיינע משוגעת'ן

געשמאק » 21/4/2005 01:51

היינט מיטוואך, איז געווען א פריינטליכע מיטינג, צווישן משה אהרן שטיינבערג, מיט די סטעיט פאליס, און ווי איך הער איז צו ערווארטען גוטע רעזולטאטן.

אלסווייסער » 21/4/2005 07:23

די גאנצע אקציע פון גיין זיך בעטן ביי די פאליס מיט שיינעם אז זיי זאלען אויפהערען צו טשעפענען די הצלה איז געווען די איינפאל פון משה לייב וויטריאל, דער ענערגעשער פאבליק סעפטי קארדינעטער, וואס האט עס ארגאניזירט פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, ווען די פאליס איז אריינגעקומען אין שטעטל און אויסגעטיילט געפערלעכע רדיפות.

די אקציע איז געווען א גרויסע סוקסעס, אלע הצלה יונגעלייט זענען געבליבען אינדרויסען מיט רעספעקט און משה לייב איז אריין אונעווייניג און גערעדט זייער שיין צו דעם סארדזשענט און עם מסביר געווען דעם פראבלעם.

און ברוך השם אז מען האט שוין היינט געזען רעזאלטס און די פאליס האט זיך שוין אראפגעזעצט מיט משה אהרן שטיינבערג צו פארהאנדלען.

אז מען גייט מיט שיינעם איז מען אלעמאל מצליח.

תוקן על ידי - אלסווייסער - 21/04/2005 7:42:02

בדעבד » 21/4/2005 17:18

איינער זאל זיך מרחם זיין און אויפקלערן פאר 'שוכמאכער' אז די סטעי"ט פאליס פארמאגט נישט קיין יוריסדיקציע איבער "לי קאר. האפער" און נישטאמאל ווייסן זיי וואו דאס איז. סאו, ער זאל אויפהערן צו מאכן א קוגל.

שוכמאכער האט געהאלטן אז זיין פאונט איז אזוי גוט, אז ער האט עס אריינגפעיסט אויף מערערע פלעצער....

וויאזוי האט יענער געזאגט? דאס אז ער איז א נער גייט נאך מיט, אבער דו פראבלעם איז אז ער איז א שרייבער און יעדער ווערט עס געוואר.....