היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » חוט המשולש:באנדא, אייזנבערג, מענדלאוויטש

חוט המשולש:באנדא, אייזנבערג, מענדלאוויטש

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1346860

זשוליאני08 » 18/4/2005 01:05

נאכ'ן ארבעטן שווער און איבערדרייען א וועלט, איז ענדליך געלונגען פאר'ן בעיבי פנחס יאקבאוויטש צו שאפן דריי נאראנים, וועלכע האבן נאך גרויסע הפצרות מסכים אז ער זאל ארויפלייגן זייערע נעמען אויף די אלייענס ליסטע פון קאנדידאטן, כדי אז ער זאל קענען ווייטער גנב'ענען זיינע טויזנטער דאלארן פון די סטעיט.

די דריי זענען:
1) יעקב יואל באנדא מ'סאודי אראביע, וואס לויפט פאר מעיאר.
2) שמואל צבי אייזנבערג מ'תולדות אהרן, וואס לויפט פאר טראסטי.
3) שאול יודא מענדלאוויטש מ'בני יואל, איידים פון שלמה פעדער (דער יעצטיגער טראסטי...), וואס לויפט פאר טראסטי.

לויט ווי ס'הייסט האט שלמה פעדער איבערגעגעבן זיין זיץ מיט גרויס פרייד פאר זיין איידים מענדלאוויטש.

די שאלה איז נאר צו מענדל שווימער וועט מסכים זיין אויפצוגעבן זיין מעיאר זיץ פאר יעקב יואל באנדא.

בקיצור רבותי, ס'קומט פאר א לעבעדיגע סועסייד צערעמאניע ביי די אלייענס. ווי ס'קוקט אויס זענען די חברה אזוי אנגעזעצט אז ס'זענען דא גענוג מענטשן וואס זענען גרייט צו באגיין סועסייד, כדי צו בויען די ריזיגע קאסעס פון פנחס יאקאבאוויטש און מאיר דייטש.

זאליweaky » 18/4/2005 01:27

באנדא גייט אליין מאכן געלט, ער האט דאך 91 עיקער...

זשוליאני08 » 18/4/2005 01:40

א בילד פון יעקב יואל מיט זיינע אראבישע פרענדס אין סאודי אראביע.

צו פ. יאקאבאוויטש, דו ביסט דאך א תלמיד חביב פון רביה"ק זי"ע, איז נישט דאס וויאזוי דער רבי האט געוואלט אז דער מעיאר פון קרית יואל זאל אויסקוקן?

ר' יעקב יואל'ס נעקטיי און פורים היטל וועט זיין א שטאלץ פאר גאנץ קרית יואל און פאר'ן יהדות החרדית.
[בילד – נישט אפגעהיט]

זאליweaky » 18/4/2005 01:46

לויט ווי עס קוקט אויס, וועל איך נאך אפאר יאר שוין קענען אלע קרית יואל'ער אידן וואס איך האב ביז היינט נישט געהאט די געלעגנהייט צו קענען...

אפשר קען מען אויך פארשאפן בילדער פון די אנדערע צוויי ???

שדים_טאנץ » 18/4/2005 01:53

א סאטמארער איד זאל זיך שעמען מיט זיין אידישקייט?

וואו איז דאס געהערט געווארן?



דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו האט דאך אונז געלערנט אז ווען מען גייט אויף די גוי'אישע גאס, דארף מען ארויסלייגן די פיאות אן קיין טראפ בושה, ווער רעדט נאך פון דעם קאַפל.

וואו פאסט דאס פאר די אריגינעלע תלמידי רביה"ק זי"ע, צו קרוינען אלס זייער קאנדידאט א איד וואס שעמט זיך מיט זיין אידישקייט, און באהאלט זיין קאפל און פיאות אונטער א פאני היטל?

גוטזאגער » 19/4/2005 02:37

מאירהירש » 20/4/2005 01:22

אהא!!
דאס איז ענקער פראבלעם,? דער רבי ז"ל?
הייסט דאס אז זיצן ביי גויאישע פארטיס בתערובות אנשים ונשים איז גארנישט קיין פראבלעם??
דאס אז אברהם מיט יענקל פאטאקי פריינד גייען און זיצן ביי באנקעטן מיט גויטעס דאס איז געווען רצונו של אותו זקן??
אז מען מאכט אן אויפנאמע פאר גאווערנמענט אפישעלס און עס שטייען בחורים און אינגעלייט און אויבנאן זיצן עטליכע פרויען פאליטישאנס דאס איז לדעתך געווען רצונו פון רביה"ק זי"ע??
פון אלעס איז דא בילדער,
נאר וואס, פון ר' יעקב יואל באנדא הי"ו האט איר געטראפן א בילד פון א פאלנער ביזנעס קאנפערענץ אין דובאי ווי עס געפונט זיך א גרויסער האנדעלס צענטער פון די דיימאנד וועלט,
און פון אברהם ווידער'ס פיקטשערס פאסט פשוט נישט צו פאסטן מחמת דעם אינהאלט...............

זאליweaky » 20/4/2005 01:27

ניין.

דער רבי זי"ע האט פארלאנגט אז דייקא מענדל שווימער זאל פארן קיין אלבאני און זיך ... מיט גויים און גוי'טעס...

טאגליכט » 20/4/2005 02:42

איך האב געהערט אז אייזענבערג האט זיך ארויסגעצויגן, איז עס אמת?

געשמאק » 20/4/2005 06:35

איך האב געמיינט אז מען מעג רופן דעם ווילידזש און קאורט ווייל זיי זענען "גוים", אבער צו פארטי'ס מעגן זיי נישט גיין ?.

אפשר זאגסטו קלאר, ווען איז מען א איד,און ווען איז מען א גוי.

ווארהייט » 20/4/2005 20:51

דער פייט פון דעם שווער און איידעם דארף יעדן אויפשוידערן.

לויט ווי די שכנים פון שלמה פעדער געבן איבער, האט זיין איידעם מענדלאוויטש אים געסטראשעט מיטן לעבן אז ער מוז אים איבערגעבן דעם קאנדידאטור.

פעדער וועלכער האט שוין 6-7 חזקות פון לויפן, האט נישט געוואלט אויפגעבן. מ'איז געגאנגען צו שארמאשער רב, און דארט האט פעדער גע'טענה'ט אז "כיון שעלה שוב אינו יורד" און ביי הקדש איז דא א כלל פון "מעלין בקודש ולא מורידין", און יעצט אז ער וועט נישט לויפן, וועט ער דאך ווערן ווייניגער ווערד.

מענדלאוויטש האט אבער אויפגעוויזן אז ער האט געזען א נייע ליסטע פון איבער 3000 שטימבארעכטיגטע מענטשן וואס האבן צוגעזאגט צו שטימען נאר אויב ער לויפט און נישט זיין שווער.

אז די האסט א ליסטע פון 3000 מענטשן, דארפסטו לויפן, האט דער שארמאשער רב אויסגערופן מיט פאטאס.

אזוי האבן מיר זוכה געווען צו קאנדידאט לוזעראוויטש, (איי סעם סארי "מענדלאוויטש")

זשוליאני08 » 20/4/2005 21:42

ווארהייט

דערווייל איז זייער וואקלדיג דארט, אייזנבערג און מענדלאוויטש זענען נישט זיכער מיט זיך.

דער איינציגסטער וואס האלט זיך אז ער גייט לויפן איז דער אראבישער באנדא.

מאירהירש » 21/4/2005 09:26

וואס טוט זיך אין אנדערן לאגער??
וועט דער ציוניסט מעיאר ווידער, - וועלכער פארברענגט ביי ציוניסטישע חנוכה פעסטיוואלן בתערובות - לויפן נאכאמאל?? צו זיין געזונט צושטאנד לאזט אים נישט??




געשמאק » 21/4/2005 19:10

ער לויפט, ער לויפט, עס וועט דיר גארנישט העלפן, דער רעספעקטירטער באגאבטער מעיאר לויפט פאר רי-עלעקשאן.

איך ווייס אז ס'טוט וויי, זייער וויי.

קישטא_קאי » 21/4/2005 19:40

נאר פאר פנחס יאקאבאוויטש ודוגמתו פאסט אזא זאך, חוזק צו מאכן פון א איד'ס געזונט צושטאנד.

פנחס איז נאך אפשר 28 יאר, אבער ער וועט דאך אמאל אנקומען צו אברהם ווידער'ס עידזש, און ס'ווערט געברענגט שרעקליכע זאכן אויף איינעם וואס מאכט חוזק פון א צווייטנ'ס געזונט צושטאנד.

זאל ער זיין זייער פארזיכטיג!