זאלי היפאקריטן גייען אין קארט קעגן אידן
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1346846
יעדער וואס האט א שטיקל מח בקדקדו האט שוין פונלאנג אנערקענט וואספארא היפאקריטן די זאליס זענען, אבער כדי אויפצופרישן פאר יעדן די זכרון ברענג איך דא א שטיקל פונ'ם באריכט די וואך, וואו די זאליס אין קרית יואל סטראשען אן קיין טראפ בושה אז זיי גייען אין ערכאות קעגן אידן, אויב מען גיט נישט נאך זייערע פארלאנגען.
ניטאמאל רעדן זיי פון גיין בעטן א רשות בית דין צו מעגן גיין אין קאורט, ווי קהל יטב לב ד'סטאמאר האלט אין איין אונטערשטרייכן אין די היימישע צייטונגען, אז זיי זענען נאר געגאנגען אין קאורט נאכ'ן באקומען א רשות בית דין.
וויל איך די זאליס זאלן מיר ערקלערן, ווען מעג מען יא גיין אין קאורט און ווען נישט, ווען דארף מען יא גיין צו אייגענע דיינים און ווען נישט.
תוקן על ידי - זשוליאני08 - 18/04/2005 1:35:45
[בילד – נישט אפגעהיט]
אדרבא.
מען דארף יעצט אויך גיין צו די אייגענע דיינים !
(אין אונזער פאל, שמעון משה וואלדמאן...
איר געדענקט נאך די פרשה מיט יוסף דוד הירש און זיין פורים בי"ד ???)
האסט א טעות.
ע"פ פסק הלכה פון דעם עם הארץ פון ראדני סטריט, ווען אימער מען רופט איינעם צו דין תורה, קען ער צווינגען דעם תובע צו גיין צו זיין אייגענעם פארטייאישן בית דין.
דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז די זאליס אין קרית יואל, דארפן גיין צו אונזערע אייגענע דיינים און רבנים.
דו ביזט נעכטן אויפגעשטאנען ???
דו ווייסט נישט אז די תורה איז אויף די זאלי זייט, און זי דרייט זיך מיט לויט ווי עס טויג זיי ???
יעדע פאר וואכן צוריק מיט די אלטע שטותים. דא רעדט זיך פון א ריינע גוי'אישע רעגירונג, מען טיילט פערמיטס און מען גיט סאמענסעס אויב מען האלט נישט דעם געזעץ (ווער געדענקט פרשת חרדים). עס קומט אינגאנצן נישט אריין דא דער ענין פון דין תורה.
ס'איז אינגאנצן נישט דומה צו אהרלעס הליכה בערכאות קעגן א אידישע קהילה און קעגן זיין אייגענעם טאטן.
יעדער ווייסט עס. מען האט עס שוין אויף היידפארק אליין דעבאטירט הונדערטער מאל. אבער יעדע פאר חדשים זענען עס די אהרונים פריש מעלה גירה.
א שאד זיך וויסנדיג צו מאכן אפילו.
געזעגענען:
ביזט גערעכט,
אזויווי תמיד.
א שאד זיך וויסנדיג צו מאכן אפילו פון די חברה.
נאר סתם פאר נייגעריגקייט:
ווען משה פרידמאן וואלט היינט געווען מושל בכיפה, און דוד עקשטיין וואלט אים גערופן אין קאורט פארן נישט לאזן אים ארויסשטעלן א ליסטע (אה, ח"ו, ביי ר' משה איז דעמאקראטיע איבער אלעם...), וויאזוי וואלט ער דאן באטיטלט געווארן ???
תוקן על ידי - זאליweaky - 18/04/2005 2:17:45
געזעגענען:
אויב קרית יואל ווילידזש - וואס אלע זייערע אנגעשטעלטע עי טו זי זענען אידן - הייסט א גויאישע אינסטיטושאן, ווייל זיי טיילן סאמענסעס, דעמאלטס הייסן די זאליס אין וויליאמסבורג היטלעריסטן, ווייל זיי לאזן ארעסטירן אידן, זיי טיילן מכות אכזריות און ברעכן אן אידן די ביינער, און דעריבער מעג מען זיי אויך אנקלאגן אן א היתר בית דין (וואס אגב איז דארט יא דא א היתר בית דין און דא נישט.)
און, וואס איז וועגן חילול השם וואס דו שרייסט אזוי שטארק אין וויליאמסבורג. אויב איז דא דער ענין פון חילול השם איז דאך אין קרית יואל דער חילול השם סאך סאך גרעסער ווייל דא באריכטן די צייטונגען מיט זאפט אלעס וואס טוט זיך אפ אין קרית יואל, און יעדע אנקלאגע אין געריכט ווערט צושמירט דורך די אנטיסעמיטן מיט גרויס שמחה.
אלזא, איך דארף אן אויפקלערונג פארוואס אין וויליאמסבורג טאר מען נישט אנקלאגן אידן און אין קרית יואל יא.
קום מיר נישט מיט קיין באבע מעשיות אז קרית יואל גייט מען אין קאורט קעגן גוים, ווייל לויט ווי איך דענק זענען אלע ווילידזש אנגעשטעלטע, אנגעפאנגען פון אברהם ווידער און געענדיגט מיט יעקב הערש פרידריך, אריבערגעגאנגען א ברית מילה כהלכתה מיט מציצה בפה, און מען רעדט דא פון כשר'ע ערליכע אידן...
תוקן על ידי - זשוליאני08 - 18/04/2005 2:18:24
זשוליאני: זאג נישט קיין ליגנט !!!
ווינער רב האט אליין געזאגט פאר שאול פערלשטיין אז ער האט קיינמאל נישט געגעבן קיין היתר צו גיין אין געריכט !!!
דעס איז א שטארקע שקר פין די אלייענס אז מען האט נישט צוריקגעשריבען קיין בריף, עס דרייט זיך ארים אויף EMAIL א בריף וואס מען האט צוריקגעשריבען פאר די אלייענס אין סאיז גראדע א קנאקעדיגע בריף איינס אין אזעלעכס.
איך לייג דא ארויף ביידע בריף וואס דרייען זיך ארים אויף די אימעיל אדרעסעס.
די ערשטע איז פין די אלייענס:
[בילד – נישט אפגעהיט]
דעס איז די מעכטיגע בריף וואס מען האט זיי צוריקגעענטפערט אז זיי זאלען אויפהערען צי האקען אין טשייניק, ווייל יעדעס יאהר גייען זיי נאכאמאל אין קוירט מיט די זעלבע טענות אין זיי האלטען אין איין פארלירען נאכאמאהל אין נאכאמאהל, ווייל זייערע קראנקע טענות זענען קעיגען די געזעץ.
די איינציגסטע וואס זיי טיען אויף איז אז זיי מאכען א גרויסע חילול השם.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
תיבה אישית
ס'איז א נחת צו זען ווי די ווילידזש (אה, שיעור פארגעסן, לעגאל איז עס נישט די ווילידזש'ס צעטל...) קען נישט שרייבן קיין איין ווארט שארף קעגן ערכאות, זיי מוזן נאר נוצן חילול ה' אלס אלטערנאטיווע.
א) ווייל זיי ווייסן דאך אז קעגן א ווילידזש, א ריינע רעגירונגס אפאראט, איז נישט שייך קיין איסור הליכה לערכאות.
ב) זיי זענען דאך די אונטערפירער קעגן דעם הימל-שרייענדן הליכה לערכאות וחילול שם שמים מיטן אריינטראגן דעם סכסוך פון די סאטמארער קהילה אין גוי'אישן געריכט.
נו, זאלן זיי שרייבן און מוחה זיין קעגן ערכאות? עס וואלט דאך געווען דער גרעסטער געלעכטער און היפאקריטסווע!!!
אפשר קענסטו מסביר זיין, ווי די האסט געטראפן א צווישנשייד פון הליכה בערכאות ביז חילול ה'.
שוין יארן וואס די זאליס/אלייענס/בני יואל אין קרית יואל גייען אין קאורט און מאכן שרעקליכע חילול השמ'ס
אנגעפאנגען נאך פון די צייטן פון יאסל וואלדמאן און יוסף דוד הירש.
קומט קרית_יואל הידוע ברוב טיפשותו און זאגט, הערט איר? אז די ווילידזש שעמט זיך צו זאגן פאר די זאליס היתכן פארוואס גייט עטס אין קאורט?
קוק איבער דעם צעטל דו אנאלפאבעט, און זאג מיר צו מען זאגט זיי עס נישט קלאר ארויס אין פינטל אריין, הערטס אויף צו מאכן א חילול השם און גייטס נישט אין קאורט, ווייל עטס וועטס סייווי נאר פארלירן איינמאל און נאכאמאל.
מען טאר נישט גיין אין קאורט קעגן אידן אן קיין היתר בית דין. פינטל.
איז דא ערגץ א בירור להלכה צו א ווילידזש האט א דין ווי א נכס יהודי וואס עס איז- אויב עס מעג -בכלל גיין צו א דין תורה-ד דער אינקארפ פינעם וויליזדש איז געשאנקען געווארען פין די ניו יארק סטעיט לעיגלאטאר אויסדריקליך זיך צו פירען אין סטיקריטלי אינטער געווארפען די ניו יארק סטעיט גזעצען אין איז א חלק מיט ניו יארק סטעיט
וויל איך דיך פרעגן אויב ארבטעטען טויזענטער אידן שותו"מ אין די ניו יארק סיטי -ניו יארק סטעיט אין אן אנדערע רעגירונג אפטיילונגען אז אויב מען קלאגט די שטאט אין געריכט מיט עני לאסוט אדער אנדערע זאכן אין מען צווינגט זיי אויסצופאלגען די געזעצען פין ניו יארק סטיעט
איז עס א קלאגע געגן די גאוו (אין דעם פאל דער ווילידזש
)אבער איז עס א קלאגע קעגן די אידן?
עקשטיין, אין פינטל אריין.
דאס איז גענוי וואס קהל יטב לב ד'סטאמאר וויל אין וויליאמסבורג, אז די זאליס זאלן אויספאלגן די קאנגרעגעישאן לאוס פון די סטעיט, און וועגן דעם גייען זיי אין קאורט.
לויט דיר פאנג איך שוין אן צו טראכטן אז קיט"ל טאר נישט גיין צו דין תורה און מעג נאר גיין אין קאורט, ווייל וויאזוי קען א דין תורה צווינגען פאר א קהלה איינצוהאלטן די סטעיט און פעדערעל געזעצן.
בכלל וואס האקסטו אין טשייניק אז מען וויל צווינגען די ווילידזש אויסצופאלגן די געזעצן, ווען די זאליס האלטן אין איין גיין אין קאורט מיט די זעלבע טענות און ס'ווערט ארויסגעווארפן איינמאל און נאכאמאל, וואס פון דעם זעט מען קלאר אז זיי ווילן נישט צווינגען די ווילידזש איינצוהאלטן געזעצן, זיי ווילן נאר מאכן א חילול השם איינמאל און נאכאמאל.
די קאורט זאגט אז די ווילידזש האלט זיך צום געזעץ, אבער די בעלי חילול השם גייען צוריק צו די דזשאדזשעס איינמאל און נאכאמאל.
א איד קען נישט גיין אין קאורט אן א היתר בית דין. פינטל.
תוקן על ידי - זשוליאני08 - 18/04/2005 3:34:08
דער ווילידזש געהערט נישט נישט פאר קיין איד אין איז נישט קיין נכס יהודי עס באלאנגט פאר די גאווערמענט
אין עס איז פארבאטען לויט די רעגורונג וואס דער ווילידזש איז זייער אייגענטום צו פירען די ווילידזש ליוט א דין תורה אין מען טאר עס נישט פירען מיט רעליגיעזע געזעצען אין יא קענסו גיין אין חד גדיא
אין ביי קהל יטב לב ווי די הולכי בערכעות בלי שום רשות בי"ד איז עס פונקט קאפויער אווי א קאגנרעגעישאן קארפרעשאן וואס האט רעכטען אין ביי לאוס וואס איז נישט דער אייגענטום פין די גאווערמענט אין אדררבה דער גאווערמענט טאר זיך נישט אריינמישען ווי אזוי א רעליגיזע קארפרעשאן פירט זיך אין דעם -ווי למשל אין דעם פאל וואס די הולכי בערכות למסור ממון ישראל א רעליגיעזע אין קהילה אין גיין מתדיין זיין בדיני עכו"ם) בלי רשות שום בי"ד מישראל
סוף פסוק
א רעלגיעזע קארפ קאנגערגעשאן טאר אפילו די רעגורונג זיך נישט אריינמישען אין איז נכסי ישראל אין אסור צו גיין צו ערכאות בלי רשות בי"ד
א ווילידזש איז א רעגירונגס אייגענטום אין נישט ממון ישראל אין מען טאר נישט אריינמישען קיין דיני ישראל (אויב יא קענסו גיין אין חד גדיא ) אין דו רופט גאויאישע נכסים איחן קארט איז נישט שייך קיין בי"ד
עקשטיין,
Wow
אזוי גאר?
ווען די אלייענס האט אריינגעלייגט א מחאה אין רעקארד קעגן די ווילידזש פאר'ן מאכן התגרות באומות, האבן זיי טאקע אריינגעלייגט א מחאה קעגן די גויאישע ווילידזש פאר'ן מאכן התגרות באומות? איך האב געמיינט אז די ווילידזש איז סטריקטלי א גוי'אישע זאך און רבנים טארן לעגאל נישט אריינרעדן... אתמהה
ווען דער זקן תלמידי רביה"ק זי"ע פנחס יאקאבאוויטש האט געשיקט א בריוו פאר אברהם ווידער אז די ווילידזש דארף זיך פירן ע"פ דרך רביה"ק זי"ע, האט ער געמיינט די גוי'אישע ווילידזש? איך האב געמיינט אז די ווילידזש איז סטריקטלי א גוי'אישע זאך און רבנים טארן לעגאל נישט אריינרעדן... אתמהה
ווען די אלייענס האט זיך געטרייט צו מאכן זיס פאר די עלעקשאנס און געגאנגען צו זייערע רע-בנים צו פארפירן אז די ווילידזש מאכט תערובות, האבן זיי גערעדט פון די גוי'אישע ווילידזש? אמער, איך האב געמיינט אז די ווילידזש איז סטריקטלי א גוי'אישע זאך און רבנים טארן לעגאל נישט אריינרעדן, און מען מעג נאר רופן די ווילידזש אין קאורט... אתמהה
און אדרבא, ענטפער מיר, פארוואס דעמאלטס האבן די אלייענס יא געוואוסט פון אזא זאך אז מען קען רופן א ווילידזש צו רבנים, אבער יעצט ווייסן זיי נישט דערפון... אתמהה
ענטפער מיר עקשטיין, ווען הייסט די ווילידזש א גוי'אישע אינסטיטושאן און מען טאר בשום אופן נישט אריינמישן די רבנישע אויטאריטעטן און ווען הייסט די ווילידזש א אידישע ארגאניזאציע, וואס זיי דארפן אויספאלגן רבנים וויאזוי זיך צו פירן.
עקשטיין טייערער.
באקענט אייך אביסל מיט די פאקטן.
די אלייענס קלאגט נישט אין קאורט די ווילידזש, זיי קלאגן די קאנדידאטן פריוואט, און דאס איז קלאר מסירה, והא ראיה אז זיי שיקן קודם בריווען צום ווילידזש, ווייל "אויפן גנב ברענט דאס היטל", און זיי ווילן זיין פון די "עושים מעשה זמרי, ומבקשים שכר כפנחס".
פארשטאנען !!!!
איך ווייס נישט פון ווי זיי זויגן ארויס די אלע סברות כרסיות אז מ'מעג גיין ערכאות ווייל סיז א ווילעדש, די באטאם ליין איז אז איין איד האט א סיכסוך מיט א צווייטן איד אין זיי גייען זיך מתדיין זיין אין קארט און זיי באדערן זיך מיטאמאל צו שיקן אן הזמנה צו א בי"ד, סיז לכל הדעות "ערכאות", סיז א חילול השם, אין מרים יד בתורת משה.
סיז דא 1 גרויסע חילוק צווישן "קהל יטב לב" אין וומ"ס וואס איז געגאנגען אין קארט, און די "אלייענס" אין קרית יואל, קהל יטב לב לב האט גערופען די זאליס צו דין תורה כמעט א יאר אין א צו, זיי האבן געשיקט 3 הזמנות, אין די זאליס האבן געמאכט א לצנות דערפון מיט פורים תירוצום פון סמכות עליונה/תהלוכות הקהלה/קשר בוגדים, כהנה וכהנה, ואכמ"ל, אבער די אלייענס האט נישט געשיקט קיין איין הזמנה צו די"ת דאס איז א ריכטיגע מרים יד בתורת משה, א חרפה און בושה!