היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » באריכט דיסקרימינירט קעגן דירות מעקלעריי

באריכט דיסקרימינירט קעגן דירות מעקלעריי

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1346799

געשמאק » 17/4/2005 23:38

ווי באקאנט איז דא אין קרית יואל, א יונגערמאן וואס האט א ביזנעס "קרית יואל דירות מעקלעריי", און זייט ס'איז אנטשטאנען דער איבערפלוס פון רענטעל דירות, לייגט אריין יעדע פאר וואכן א פול פעדזש עד, מיט א ליסטע פון צענדליגער דירות, וואס שטייט צו פארדינגען,און ער פלעגט אריינלייגן דער עד אין באריכט.
אבער אזוי ווי פאר דעם באריכט מיט זייער אנטי קרית יואל אגענדע, איז דער סורפלוס, זייער נישט צום הארצן האבען זיי עס נישט געוואלט אריינלאזן.

נעבעך!!! נעבעך!!!

זשוליאני08 » 18/4/2005 00:48

איך האב מיך געוואונדערט אז איך זע נישט היילברוינ'ס עד אין באריכט די וואך.

קוקט אויס זיי האבן באשלאסן אז נישט אלעמאל לוינט זיך פאר זייער אגענדע צו גנב'ענען עדס פונ'ם בולעטין און זשורנאל.

אלסווייסער » 4/5/2005 23:21

שומו שמים !!!

ס'גייט פאר א שרעקליכע טעראר פון די "אלייענס", אויף י. היילברון, בעל דירות פארמיטלונג, אז ער זאל נישט לייגן קיין עדס פון די צענדליגער רענטעל דירות וואס שטייען און ווארטן אויף א ישועה, אז איינער זאל עס אפדינגען, ווייל ס'איז נישט דא פאר וועם צוליב דעם ריזיגען איבערפלוס, ווייל ס'קען העלפן פאר "ווידער" אינעם קאמפיין, און פון די אנדערע זייט שטייען צענדליגער קאסטומערס און פרעגן ווי זענען די עדס, די דירות שטייען דאך ליידיג און זיי דערלייגן געלט.

פרטים יבאו !!!

תוקן על ידי - אלסווייסער - 04/05/2005 23:22:48

תוקן על ידי - אלסווייסער - 04/05/2005 23:24:43