A new Radio station has arrised in Monsey 102.5 It is broadcasting live from Israel, Kol Haneshama
Enjoy
If anyone has more details please update
די גאנצע ראדיא סטעישן איז נאך, ווי מ'זאגט, אין די ווינדלען. כל התחלות קשות. דערווייל כאפט דאס אויף נאר אויף געוויסע ערטער אין מאנסי, נעמליך לעבן די צייטווייליגע (אומלעגאלע) אנטענעס. איינס פון די אנטענעס זענען אין די מעין סט. געגנט און דארט כאפט דאס טאקע אויף גוט. די סטעישן איז קול הנשמה פון אר"י, מ'הערט דארט דרשות פון משפיעים ווי אמנון יצחק וכדו' ווי אויך הערט מען דארט אביסל אידישע מוזיק. האפענטליך וועט די רעסעפשן ווערן גענוג גוט צו קענען דעקן "גאנץ" מאנסי והגלילות ווי אויך אנדערע אידישע געגנטן.
וואס הייסט אז ס'איז אומלעגאל?
זיי האבן נישט קיין פערמיטס ווי א נארמאלע ראדיא סטעישן. די ראדיא ווערט טראנסמיטעט דורך א סאטעלייט און די אנטענע איז א פשוט'ע דיש. (פארדעם טאקע כאפט דאס נישט אזוי גוט.) זיי מוזן האבן אזא דיש אין יעדע גענגט וואו זיי ווילן אז מ'זאל זיי קענען הערן. אין מאנסי געגנט איז דא יעצט נאר צוויי. איינס פון די 2 אנטענעס ליגט אויף א דאך פון א הויז וואס דער בעל הבית ווייסט אפילו נישט אויף וואס מען נוצט דאס. מען האט אים עפעס איינגערעדט אז ער זאל עס לאזן ארויפלייגן. (בעסער געזאגט, אז ער זאל דאס נישט אראפנעמען. די חברה האבן נישט געבעטן קיין רשות ביי אים צו באהעפטן די דיש צו זיין דאך, ער איז אנגעקומען אינמיטן די ארבעט און האט זיי געפרעגט וואס דאס איז האבן זיי אים עפעס איינגעבאבקעט און ער האט זיך געלאזט.)