היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » די ק"י דעמאקראטישע קאקוסעס, א געלעכטער

די ק"י דעמאקראטישע קאקוסעס, א געלעכטער

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1342481

געשמאק » 13/4/2005 18:04

מארגן מיטוואך פ' טהרה, גייט פארקומען דער שוי שפיל, וואס רופט זיך, "קאקוסעס" פאר די מעיאר און טראסטי קאנדידאטן, פון די "קעי דשעי דעמאקרעטיק פארטי".

עס וועט פארקומען אין דער הויפטקווארטיר פון די "דעמאקרעטיק פארטי אוו קעי דזשעי", אויף 2 גארפילד רד., און א היציגע אטמאספערע, אונטער דער געניטע אויפזיכט פון דעם לאנגיאריגער פארטי טשערמאן דער האנארערי.. מר. זלמן לייב וואלדמאן, אום 2 אזייגער שארף.

אויף די ראט פון די וואס האבן דאס מיטגעהאלטן "לעבעדיג" און די פארגאנגענהייט, לוינט זיך מיטצוהאלטן דעם "שאו" פערזענליך,

דעריבער ווער עס איז א רעגיסטרירטער דעמאקראט, און ער האט איבעריג צייט, ווערט געבעטן צו אנטיילנעמען, און איבערגעבן דא, א באריכט פארן עולם.

שארמאש » 13/4/2005 18:30

לויט ווי איך הער קומט על שארפטאן אלס פארשטייער פון די דעמאקראטישע פארטיי, אין הילערי גייט אויפטרעטן לכבודם פון אלייענס

זשוליאני08 » 13/4/2005 19:18

די גרויסע דזשאוק מיט די קאוקוסעס איז, אז די אלייענס האט געמיינט אז אויב זיי וועלן לויפן אויף די דעמאקראטישע פארטיי, וועלן זיי יעצט קענען אריינשיקן אייגענע אינספעקטארס אינעם זאל.

ווי באקאנט ווערן די ווילידזש וואלן אנגעפירט געזעצליך דורכ'ן קרית יואל אדמיניסטראטאר גדלי' סעגעדין, ער שטעלט צו אלע אינספעקטארס און אלע פאולינג וואטשערס.

אבער לויט'ן געזעץ, אויב שטעלט א מעידזשאר פארטיי ארויס ווילידזש קאנדידאטן אין די וואלן, קענען זיי ביי די נעקסטע וואלן שוין אריינשיקן אינספעקטארס אין זאל, און וועגן דעם האבן די אלייענס באשלאסן אז זייערע קאנדידאטן זאלן ביי די פאריגע וואלן לויפן אויף די דעמאקראטישע פארטיי.

וואס די אלייענס האט אבער נישט געוואוסט איז געווען, אז די געזעץ איז נאר טאמער ביידע מעידזשאר פארטייען שטעלן ארויס קאנדידאטן, נאר דעמאלץ קענען זיי ביי די נעקסטע וואלן אריינשיקן אינספעקטארס.

אבער די רעפובליקאנער פארטיי האט קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט קיין קאנדידאטן פאר ווילידזש עלעקשאנס, ווייל די ווילידזש ווערט געפירט דורך א תורה'דיגע הנהגה וואס וויל נישט אריינברענגען די פאליטישע שמוץ פון די גוי'אישע גאס דא אין שטעטל.

זענען די אלייענס יעצט געבליבן מיט די פארשטונקענע פיש (דהיינו אז זיי זענען לחרפה ולדראון עולם פאר'ן אריינברענגען די פאליטישע שמוץ אין קרית יואל) און פון שטאט ווערן זיי ארויסגעווארפן און זיי קענען ניטאמאל אריינשיקן זייערע אייגענע אינספעקטארס.

קרח מכאן ומכאן!

געשמאק » 14/4/2005 16:56

תיקון טעות.

די קאקוסעס קומט פאר היינט דאנערשטיג.

וטעות לעולם חוזר.

זשוליאני08 » 14/4/2005 17:49

[בילד – נישט אפגעהיט]

געשמאק » 15/4/2005 05:08


ווער האט א באריכט פון די קאקוסעס ???.

ווער זענען די געווינער ???.