היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » נייער ביהמ"ד "קהל יטב לב" אין מאנסי

נייער ביהמ"ד "קהל יטב לב" אין מאנסי

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1342290

זאליweaky » 13/4/2005 15:04

איך ווייס נישט וויאזוי עס קען זיין אז קיינער האט נאך נישט געשריבן דערוועגן, אבער במקום שאין איש...

פאריגע וואך האבן די אהרונים אפגעדינגען א פלאץ פאר א נייעם ביהמ"ד אין מאנסי, עטליכע הייזער אוועק פון דעם נייעם גרויסן ביהמ"ד פון ר' חיים יהושע.

פארשטייט זיך, אז דער קהל ויואל משה שפרינגט ביזן דאך, אבער זיי זענען זיך אליין שולדיג, נאכן נישט וועלן אריננעמען די אהרונים אין קהל פארגאנגענעם חוה"מ פסח, ווען מען איז גרייט געווען צו פארהאנדלען.

גראדע האבן זיי געוויסע שטיצע געטראפן אין ר' דוד עקשטיין וועלכער האט מורא אז זיין זון אברהם שמואל, וואס איז היינט צו טאג פון די גרעסטע קנאקער'ס אין ר' חיים יושע'ס קהילה, וועט ווערן א אפיציעלער זאלי.

לויט ווי מען שמועסט, שטייט די צענטראלע קהלה אונטער דעם, נישט קאנפירמט.

אויב און ווען דער שול וועט זיך עפענען, וועט דאס זיין א טויט קלאפ פאר די חלומות און פלענער פון ר' חיים יושע איבער די נייע שול.

עס בלייבט איבער צו זען וואס עס וועט זיין מיט די קינדער אין די מוסדות.

תוקן על ידי - זאליweaky - 13/04/2005 15:06:35

זאליweaky » 13/4/2005 15:13

א אינטערעסאנטע הערה:

ווען ר' חיים יושע האט אריבער גערופן דעם איד וואס האט פארדינגען דעם ביהמ"ד, האט אים ר' חיים יושע פארגעהאלטן היתכן ער העלפט צו צו בויען א ביהמ"ד ממש נעבן זיין ביהמ"ד.

בתוך הדברים האט ער אים געזאגט, "זיי וועלן קומען דא צו מיר אין מקוה, און דערנאך אריבערגיין צו א אנדערן ביהמ"ד ?".

רופט זיך אן דער איד, "וואס עפעס ?! זיי האבן דארט א פערמיט צו בויען א מקוה"...

זשוליאני08 » 13/4/2005 19:36

איך פארשטיי נישט וואס עס באדערט פאר ר' חיים יושע'ן. אויב סאטמאר האט זיך געמעגט צוטיילן אין וויליאמסבורג, פארוואס נישט אויך אין מאנסי?

אייןסאטמאר » 13/4/2005 20:36

עס איז שוין יא געווען א אשכול דערוועגן אין חדשות אנ"ש
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1335359