איך דארף זייער וויכטיג האבן די ניגון
"הזכירו לפניו תורה ומעשים טובים של שוכני עפר" וכו'
מען זינגט עס ביי יארצייט טישן, איינער ווייסט וועלכע טעיפ סאיז דא אויף?
עס שפילט מיר אין קאפ ווי ירמי' דמן זינגט דעם ניגון, אבער כ'געדענק נישט וואו.
ירמי' דמן זינגט עס נישט
ער האט א ניגון אויף אב הרחמים, וואס דארט שטייט די זעלבע ווערטער.
ווי אזוי הייסט די טעיפ?
א דאנק
פאר די אלע וואס זענען בטעות אריין אין דעם אשכול צו טרעפען גיטע ניגונים אונליין
http://www.thejewishexchange.com/radio/radionew/joyaradio/radio.cfm?lang=ENבהוקרה
דזשיד
lazer modicha schwartz has it on his tape
גערעכט קנאקער עס איז דא אזא ניגון אויף יזכרם - בעלזא אבער עס איז יוסף צבי ברייער, נישט ירמי' דמן.
אבער איך גלייב נישט אז מהפך האט דאס געמיינט, עס איז אביסל א שווערע ניגון, אין איך גלייב נישט אז עס איז אזוי באוואוסט אז מע'זינגט עס אויף יארצייט סעודות.
צו דיר ר' מהפך אויב דו קענסט זיך דערמאנען נאך עפעס פרטים אויף דעם ניגון א.וו. ווען די האסט געהערט די ערשטע מאל דעם ניגון, אדער איז עס א לאנגע ניגון אדער קורץ וכו' וכו', וועל איך דיר פראבירן צו העלפען.
מוזיקאנט
די ניגון זינגט מען ביי יארצייט טישן לבית טשערנאביל ראחמיסטריווקא, סקווירא, טשערנאביל, איך מיין ווישניץ אויך וכו'
די נוסח איז אזוי,
הזכירו הזכירו לפניו, הזכירו לפניו, תורה תורה ומעשים טובים של שוכני עפר
אקיצור אזוי ווייטער,
איך וואלט זייער שטארק געוואלט הערן די ניגון אויף א טעיפ