היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שווארץ-ווייסע ברילען?

שווארץ-ווייסע ברילען?

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1340900
בלאט: 1 2

גרוינעם » 12/4/2005 03:09

פון ווי שטאמט די צידרייטע פירונג ביי חסידים, וואס זענען איינגעטיילט אין דריי קאטעגאריעס:
1- גאר פארפרימטע זענען מקפיד על קוצו של יוד צו טראגען דוקא שווארץ ווייסע ברילען, פארוואס נישט אינגאנצען שווארץ אדער נישט אינגאנצען ווייס, אדער גאר אן אנדערע קאליר? ווער האט מחליט געווען אז דאס פרעזענטירט פארפרימקייט?

2- האלב פארפרימטע טראגען ברילנען וואס מיז זיין פיר עקיג שווארץ פון אויבען און גאלד אדער זילבער פון אינטען, ווער האט מחליט געווען אז דאס פרעזענטירט האלב פארפרימט?

3. די בעסערע אדער בעסער געזאגט די ניכטערע, טראגען אלע מאדערנע ברילען.

היינט איז דאס איינע פון די trademarks ווי אזוי מען אידענטעפעצירט ווי איינער שטייט און יידישקייט!! גאט זאל אפהיטען ווי משוגע מענטשען קענען זיין.

מאדנע אונצימערקען, דאס די פירונג געפונט זיך דווקא און ניו יארק און די פאראייניגטע שטאטען אבער נישט און ישראל, דארט געפונען מיר נישט אזא הקפדה, ביי חסידים, פרעגט זיך די שאלה טאקע פארוואס?



תוקן על ידי - גרוינעם - 12/04/2005 3:15:00

getme » 12/4/2005 03:23

גרונם

איך פארשטיי נישט פארוואס די בעטס א מקור בשעת ווען די גלייבסט נישט נאר אין די ראשונים די האסט שוין אין דעם פורום כמה פעמים געשריבן אויף רבנים. קדושים. פוסקים. מחברי ספרים.פין דריי פיר הינדערט יאר צירוק. אז ח"ו זיי ווייסן נישט וואס זיי שרייבן אין זיי מאכן א טעות ח"ו ממילא פארוואס בעסטע א מקור גלייבסט דאך סיי ווי נישט דערין

דאס ענפער איך נאר פאר גרונם ווייל למעשה ווייס איך נישט אויב עס האט א מקור



תוקן על ידי - getme - 12/04/2005 4:05:19

גרוינעם » 12/4/2005 03:27


אוי וויי אבער וואס זאלען מיר טיען דאס די פארבריקען האבען אנגעהויבען צו פאברעצירען שווארץ-ווייסע ברילען פאר קנאפע פערציג פופציג יאר, וואס האבען גדולים געטראגען פארען קריג?
האבען די גדולים נאכען קריג אנגעטוהן שווארץ-ווייס על פי קבלה?


תוקן על ידי - גרוינעם - 12/04/2005 3:30:45

jid_613 » 12/4/2005 03:50

getme

אפשר טוט איר א טובה און איר זענט מעתיק אהער דא עפעס א בריוו פין א ת"ח אין דעם נושא פין וואסארא בריללען צו טראגען?

גרוינעם » 12/4/2005 04:10

כ'האב נישט געבעטען פאר א מקור, ווייל ווי פארשטענדלעך דאס האט נישט קיין מקור.
כ'וויל פשוט וויסען די אנטוויקלונג פון די מאדנע פירונג?
ווען א קינד פרעגט זיין פארפרימטען טאטע פארוואס דארפען מיר טראגען דווקא שווארץ-ווייס (כ'ווייס נישט, מען מעג פרעיגען אזא שאלה און א חסידישער שטוב?, וואס ענפערט אים דער טאטע?

jid_613 » 12/4/2005 04:16

גרוינעם

דער טאטע ענטפערט אז GETME זאגט אז גדולים האבען עס אנגעפירט, דעריבער האלט איך פאר וויכטיג אז GETME זאל אפיר שטעלען פין ווי ער נעמט דעם שקר, אז גדולים האבען עס איינגעפירט, און ווי פארשטייט זיך מיר קענען איהם שטעלען אויף די חזקה אז זיין תשובה וועט זיין,
1) די רבי זיסערעלינו האט כ"פ געזאגט...
2) מיט די סברות קען מען אפפרעגען די גאנצע תורה...
3) על שלא שינו...

וכדבריו של GETME אין א דערנעבענדע פורום "אין קץ לדברי רוח"



זאליweaky » 12/4/2005 04:39

רבותי, רחמנים בני רחמנים !!!

עס ווערט געזוכט דרינגענד, איינער וואס זאל אויסלערנען פאר גרוינעם די טמא'נע שפראך !!!

דער צודרייטער אונטער דעם ניק, וואס מיינט אז ער ווייסט וואס עס מיינט "אויפגעקלערט", איז נעבעך זייער ארים אין דעם נושא.

דער גרוינעם נעבעך פרובירט מיט אלע כוחות צו זיין אויפגעקלערט, אבער זיין טאטע האט אים נעבעך נאר אויסגעלערנט אידיש.

איינער האט זיך שוין מרכם געווען אויף אים און אים אנטפלעקט דעם סוד אז איינס פון די זאכן וואס פעלט זיך אויס צו זיין אויפגעקלערט איז צו קענען "עברית".

עס איז אים אריין אין קאפ, און ער צוברעכט זיך נעבעך די ציין (און די פינגער) ביים פרובירן צו שרייבן אויף עברית.

א רחמנות אויף די אלע וועלכע ליינען נעבעך זיינע הויכשטאפלערישע ווערטער, וועלכע קלעבן בדרך כלל ווי ארבעם צו די וואנט, און שטימען מיט גראמאטיק ווי "גרוינעם" מיט שכל.

רבותי !!!

האט רחמנות אויף אים און אויף אונז, און לערנט אים אויס גרונטליך די טמא'נע שפראך.

jid_613 » 12/4/2005 04:47

weaky

???

גרוינעם » 12/4/2005 04:50

ברוך השם דאס היברעייש קען איך אויך, אבער ווי זעהט איר דאס איך פראביער צו שרייבען היברעייש?

ekstein » 12/4/2005 04:52

עס איז דא א רמז פאר די וואס פראבירען זיך אהערצושטעלען מיט די שענערע אין קליינע ברילען
נזם זהב באף חזיר

jid_613 » 12/4/2005 05:03

א רמז פאר די ברילען וואס זענען (פין די האלב פארפרימטע-כדברי גרוינעם) שווארץ פין אויבען אין גאלד פין אונטען
"אויבען פוץ און אונטען שמוץ"

גרוינעם » 12/4/2005 05:16

לאלו שלא מבינים יידיש כמו זאליweaky


משקפיים שחורים-לבנים

מאיפה נובע הנוהג המטורף אצל חסידים, שהם מפוצלים לשלוש קטגוריות?
1- האדוקים ביותר המקפידים על קוצו של יוד, מרכיבים דווקא משקפיים שחורים-לבנים, למה לא משקפיים שכולו שחור או כולו לבן? או גוון אחר כלשהו? מי החליט כי משקפיים כאלו משקפים אדוקיות?

2- האדוקים פחות, מקפידים שהמשקפיים יהיו מרובעים, שחור מעל, וזהב או כסף מתחת, מי החליט כי משקפיים כאלו מציגים אדוקיות פושרת?

3- הנאורים מרכיבים משקפיים מודרניים.

היום זה אחד מסימני ההיכר, איך שמזהים את רמת האדוקיות. השם ישמור לאיזה דרג של טירוף בני אדם יכולים להגיע!

מוזר להצביע, כי נוהג זה נהוג דווקא בניו יורק בארה"ב, אבל לא בישראל, שם לא קיים נוהג זה אצל חסידים אפילו אצל האדוקים ביותר כמו האראלך, ואכן למה לא?

תוקן על ידי - גרוינעם - 12/04/2005 5:18:26

שלמה_זלמן » 12/4/2005 05:42

דוכט זיך אז אין ארץ ישראל ביי די בעלזער איז אויך דא א "נוהג משונה" צו גיין מיט שווארץ ווייסע ברילן.

דער אמת איז אז ס'איז נישטא א הקפדה צו גיין שווארץ ווייס ברילן. די הקפדה איז צו גיין אנגעטוהן פשוט און אנטי מאדע. לו יצוייר אז די מאדע וועט זיין שווארץ ווייס ברילן וועלן די פרומע אנטון אן אנדערע קאליר. פאר 40 50 יאר צוריק איז געווען שטארק אין סטייל אויך אין די אלגעמיינע וועלט צו גיין מיט שווארץ ווייס פלאסטיק ברילן. (קוק אלטע בילדער אדער צייטונגען וועסטו זעהן.) ווען די סטייל האט זיך געענדערט אין די 70'ער יארן זענען די פרומע געבליבן מיט די אלטע סטייל און די מער MODERATES האבן מיטגעטאנצט מיט די נייע סטיילס.

וואס איז שייך די רבי'לעך ביי זיי איז קלויבן ברילן א גאנצע תורה. כ'האב גערעדט מיט א ברילן געשעפט דערוועגן האט ער מיר פארציילט וויאזוי ס'קוקט אויס ווען א געוויסער רבי (ער האט מיר געזאגט ווער) קומט קויףן ברילן. זיינע גבאים מאכן אן אפוינטמענט פון פאראויס, די געשעפט ווערט פארמאכט פאר א האלבע שעה, און דער רבי שליט"א שטייט ביים שפיגל און פרובירט אויס וועלכע ברילן ס'וועט אים שטיין שענער. נאך אלעם די ברילן דארף MATCH'ען מיט'ן טוליפ און בעקישע...

גרוינעם » 12/4/2005 05:49

נו וואס האט מען געטראגען ווען די מאדע איז געווען שווארץ-ווייס?

jid_613 » 12/4/2005 05:57

איינער האט מיר מעורר געוועהן אינגאנצען אן אנדערער קוק אויף די זאך.. מעדיקעיד קאווערד דאך נאר די פלעסטיק בריללען! ובזה נחה ושקטה הארש! ופשוט! וד"ל פארוואס די קבוצות פין בריללען טרעגערס האבען זיך אזוי אויסגעשטעלט!

גרוינעם » 12/4/2005 05:58


אבער וויאזוי פארענפערט דאס די האלב פארפרימטע?
די שאלה פרעג איך סיי אויפען הסבר פון שלמה זלמן און סיי פון jid613!

תוקן על ידי - גרוינעם - 12/04/2005 6:00:25

jid_613 » 12/4/2005 06:04

זייער פשוט, זיי האבען געהאט פרעשור פין די גאר פארפרומטער צו גיין מיט ענליכער בריללען צו זיי, אבער דאך האבען זיי צן זייערע ווייבער געוואלט גיין אביסעל מער אהערגעשטעלט האט זיך אויסגעקאכט אזא מין פשרה........

גרוינעם » 12/4/2005 06:06

jid

אוי ווי גוט זאגסטו!!!

גרוינעם » 12/4/2005 06:13

גלייבט מיר דאס אין הונדערט יאר ארום, וועט די שווארץ-ווייס ברילען, זיין א הייליגע מנהג, שאסר להרהר אחריו, ומי שמהרהר אחריו דינו כאפיקורס!!! אזוי האבען די אלע מאדנע מנהגים א פנים.

jid_613 » 12/4/2005 06:17

גרוינעם

וואס פאלט דיר ביי אז אין הונדערט יאר ארום וועט מען בכלל דארפען בריללען? איך וואלט משער געוועהן אז ביז פיפגציג יאר פין היינט וועט בריללען זיין צו טרעפען נאר אין מיוזיאם!
האט נאך היינט איינער דער רוטערי טעלעפאן אדער א טייפרייטער? ודי בזה.

גרוינעם » 12/4/2005 06:21

וועלען נישט פארפרימטע דווקא מקפיד זיין צו טראגען ברילען, כדי צו מקיים זיין דער מנהג פון שווארץ-ווייס וואס איז מרמז אויף הויכע ענינים?

ליכטיג » 12/4/2005 06:35

איין זאך בין איך זיכער אז גרונעם איז נישט קיין שטודירטער, ווייל אויב יא וואלט ער געוויסט אז די אלע סטודענטן גייען אויך מיט די זעלבע קאליר ברילען, נאר אביסל א קלענערע סייז.

איינער האט לכאורה מחליט געווען דאס איז שיין אין אלע סטודענטן טאנצען נאך.

איז מיר שוין בעסער נאכצוטאנצען א פרומער אינגערמאן וואס איז האב פאר אים דרך ארץ ווי נאכטאנצען עפעס א ווערסא'צע אדער א הילפינגער.

גרוינעם » 12/4/2005 06:44

לכטיג
הוילע פאנטאזיעס, אוי ווי גוט קען איך דעם פאקט דאס די ברילען זענען פראפעסאר ברילען, אבער על פי רוב נאר פון די עלטערע און (און נישט דווקא שווארץ ווייס) אויך נישט אלע. און אוודאי נישט יונגע סטודענטען!

טוב_לכל » 12/4/2005 13:54

רבותי, רחמנים בני רחמנים !

עס ווערט דרינגענד געזוכט נאך א ניק צו העלפן פאר גרוינעם ארויפברענגען דעם אשכול !

קיינער קוקט נעבעך נישט אויף זיין זייט.

מלך_בבל » 12/4/2005 16:30

איך געדענק נאר א האלבע מעשה, אבער האלב איז אויך גענוג

איינער פון די אויפגעקלערטע האבן געפרעגט דעם סיגעטער רב, דער קדושת יום טוב זצ"ל, פארוואס חסידים גייען מיט שטריימלעך און וואו איז דא א מקור צו דעם.

האט דער קדושת יום טוב אים געענטפערט, כ'ווייס נישט וואו און אויב עס איז דא א מקור צו א שטריימל, אבער דער פאקט אז יעדע שפיץ פונעם שטריימל שטעכט ווי מעסערס די אויגן פון אלע מתחדשים - פאר דעם אליין ברויכן חסידים צו גיין מיט א שטריימל.

גרוינעם » 12/4/2005 22:13

מלך בבל
אוי פון שטריימעל איז נישט כדאי צו רעדען, א רחמנות אז און די ביטערע היצען דארף נעבעך דער חסידישער יונגערמאן זיך שלעפען מיט א רוסישען הוט אויפן קאפ כאילו ער געפינד זיך אין די ביטערע סיבירישע קעלט. און נאך דערצו דאס די היינטיגע שטריימלעך וועגען דאך ווי א שווערען שטיין אויפען קאפ, ועולה על כולנה דער רישוואלקע און די אלע שמונה בגדים, א ביטערע רחמנות.

מלך_בבל » 12/4/2005 22:58

יא יא גרוינעם'ל, ווי שווערער דער שטריימל - אלס מער שטעכעס אין די אויגן פון די חברה,

כ'האב נישט געוואוסט אז די מעשה'לע איז נאך רעלעוואנט תשס"ה...

לקוצים בעיניכם, ולצנינים בצידיכם,

די האלב נאקעטע גויים פרעגן נישט ביי דיר וועלכן מלבוש זיי זאלן טראגן, און עס גייט זיי נישט אהן צי זיי זעהן יא אדער נישט אויס נארמאל, אבער דער חסיד'ישער יונגערמאן מוז פרעגן ביי דיר צי ער זאל גיין מיטן שטריימל, און דו קוקסט מיט קנאה אויף די חברה וואס איך האב פריער דערמאנט, אוי! ביי זיי איז דאך א פרייע וועלט!

גרוינעם'ל גרוינעם'ל, נעם זיך נישט צום הארצן, מען גייט מיטן שטריימל ווייל אזוי איז דער סטייל, יעדער האט זיין סטייל, גלייבסט נישט דעם סטייל? נישט געפערליך...

אבער קיין שום סטייל קרענקט דיך נישט ווי דער סטייל,

אתמהה!

אלא מאי, דער סטייל איז דאך אנדערש ווי אלע סטיילס,

זאג דו פארוואס!

וואסענייעס » 12/4/2005 23:10

אנפאנג פון דעם אשכול האט עס אויסגעקוקט ווי גרונעם זיכט עפעס פון וואס צו שרייבן און ער האט געטראפן מקען זאגן גאנץ א אינטרעסאנטע אישו אבער ביים ענדיגן ווייזט ער ארויס זיין אמת'ן פרצוף אים באדערט פשוט יעדע יודישע מלבוש און ווער עס וויל אים ארויס העלפן קען אים צושטעלן א ליסט פון נאך פארשידענע מלבושים פון וואס מקען אלץ אפלאכן

גרוינעם » 12/4/2005 23:17

זיי האבען לפחות א הסבר (נישט אז דאס איז גערעכט), אבער דער חסידישער יונגערמאן האט דאך נישט קיין הסבר פאוואס ער טראגט א קאץ אויפען קאפ?
(אפשר איז יא דא א הסבר, ווייל און די קאלערינג ביכער גייען אלע אבות משה רבינו וכו' מיט שטריימלעך, און שלא שינו את מלבושם, מיזען מיר אויך גיין אזוי!)
אבער אך און ויי אויב איינער וואלט געמאלען דער אמת, אברהם אבינו, טונקעל הויט, לאנגע האר, שמאטע אויפען קאפ אדער גארנישט, האלב נאקעט, בארוועס. און אזוי ווייטער משה רבינו וכו'.

yeedle » 12/4/2005 23:24

פון אזא סארט ווכוח האב איך הנאה וועגען איין סיבה.

די משכילים האבען ליב צו פראפאגאנדירען אז זיי זענען געלערנטע אין די חסידים זענען פארמאכט אומוויסענדיגע מענטשען.

ממילא האב איך פון מאל צו מאל הנאה פון אזא אשכול וואס צייגט א משכיל במלוא מערומיו, ווי א פשוטער האלט האקער בשעת די חסידים רעדן דברים של טעם.

מלך_בבל » 12/4/2005 23:40

דאס חסידישע לבוש האט אויך א פארוואס. צו שטעכן די אויגן פון די וועלכע עס גלייכן דאס נישט.
נישט גענוג?

גרוינעם » 12/4/2005 23:46

מלך בבל
זענען חסידים היפיס hippys, וואס האבען געהאט דעם זעלבע כוונה אין די זעכציגע יארן?

מלך_בבל » 12/4/2005 23:57

אנשטאט זיך טענה'ן אהין און צוריק, לאמיר הערן:

1. וואס פאר א לבוש האסטו ליב.
2. וואס פאר א לבוש וואלסטו געוואלט חסידים זאלן זיך קליידן.
3. בלויז דעם לבוש פון די חסידים גלייכסטו נישט, אדער דו האסט אויך עפעס גוטע פארשלאגן פאר נישט-חסידים און מאדערן-ארטאדאקסיע, רעפארם און קאנסערווארטיוון?
4. כ'האף אז די אלגעמיינע (כ'מיין גוי'אישע) לבוש און סטייל גלייכסטו יא, אדער האסטו אויך עפעס אריינצורעדן אין זייערע אנגעלעגנהייטן?

זאג'זשע גרוינעם'ל, לאמיר הערן וואס דו האסט צו זאגן, געלויבט השי"ת אז עס איז דא א פלאץ אויף דער וועלט וואו דו קענסט זיך אויסגיסן דיין ביטער הארץ, דו וויינסט און דער עולם לאכט...

getme » 13/4/2005 02:06

גרונם,וואס איז דיין ממינוג וועגן ציצית??
האסט שוין אמאל געזען א גוי מיט אזא בגד?איך מיין אז זאלסט שרייבן דיי ממינוג דערוועגן!לכאורה איז עפעס א אלט מ..בגד,ניין??





גרוינעם » 13/4/2005 02:43

getme
אט אזוי זעהט מען אויס, ציצית גייט צוזאמען מיט שטריימעל שווארץ ווייס ברילען, א פלא דאס דער רמב"ם דערמאנט נישט אין ספר המצוות, די פאלגענדע מצוות:
"והמצוה הרמ"ט, היא שצונו לשים בתי עיניים שחצים העליון הוא שחור וחצים התחתון לבן, שנאמר מאפילה לאור גדול, אפילה זה שחור, ואור גדול זה לבן".
"והמצוה הר"נ, היא שצונו לחבוש זנב על הראש ביום השבת, שנאמר הוי זנב לאריות".


תוקן על ידי - גרוינעם - 13/04/2005 2:55:52

worldwar » 13/4/2005 06:17

מצוה רנ"א ללבוש נעקטיי
מצוה רנ"ב ללבוש קעפס
מצוה רנ"ג ללבוש טלית סביב הצואר
ללבוש כדרך הגוים חצי שפחה וחצי ב"ח וד"ל
וכמה מצות יש על לבושי הנשים ? (עד שאין להבחין בין זכר לנקיבה)

באראפארקער » 13/4/2005 17:03

גרוינעם די גייסט אביסעל אויף די נערווען.
קיינער זאגט נישט אז א שטריימעל איז א מצוה, קיינער האלט נישט אז די ברילען זענען א מצוה.

א אידעשער לבוש איז א זאך וואס מען ברויך אנהאלטען,
נישט ווייל עס איז דא אין דעם א קדושה.
נישט ווייל עס איז הלכה למשה מסיני.
נישט ווייל עס איז אזוי ע"פ קבלה.
און נישט ווייל וואסערע סיבה מען קען ארויסקראצען פין דיינע ווערטער.

די סיבה איז, עס איז א מנהג, יא א מנהג.
ווייסט וואס מיינט א מנהג?
א מנהג מיינט א מנהג וואס אידעשע קינדער פירען זיך אזוי.
עס מיז נישט האבען געווארען איינגעפירט דורך רבנים, דורך דיינים, דורך גרויסע לייט.
עס קען זיין אז עס איז אזוי ב"טעות" איינגעפירט געווארען, נאר נאכדעם האבען פארשידענע מענטשען וואס האבען א גראדערע שכל פין דיר געזאגט, אז דער מנהג האט סמוכין אין אידישקייט, און עס איז גוט מען זאל דאס אנהאלטען, וכו', האט דאס באקומען א תוקף פין א מנהג אין אידישקייט.

און ממילא איז אזוי.
בנוגע די שווארצע גלעזער, טאמער האט איין גדול בישראל געזעהן אז די נייע מאדע געלעזער ברענגט דער עולם נאכצולויפען מאדעס, און ער איז נישט מסכים נאך צו גיין מאדעס משום סיבות וואס די וועסט מן הסתם אויך מודה זיין אז אידישקייט מיט מאדעס זענען א שטיקעל סתירה, און האט עס איינגעפירט בקהלתו, איז תע"ב.
דאס מיינט נישט אז איך בין מסכים צו דעם, איך ברענג נאר ארויס די זאך.

וה"ה די אידישע שפראך, דאס איז גאר א גוטע זאך אז אידען האבען א אייגענע שפראך. איין מעלה וואס איך זעה איין אלץ גאר גוטע זאך, איז דאס אז קינדער פארשטייען נישט קיין צייטונגען אין מאגאזינען, און זיי ווערען נישט אויף געקלערט אפילו ווען עס פאלט אריין צו זיי אין די הענט.
ארץ ישראל יוכיח, וואס דארט קענען די קינדער די שפראך פין לאנד, און די קינדער פארשטייען צו צייטונגען, און מען קען זעהן אין דעם ענין חורבנות דארט, ווי עס איז דא היבש מער בחורים וואס פאלען ארויס, פארוואס? מען קען אנווייזען אויף א סאך סיבות, אבער לדעתי א גרויסע עיקר איז תלוי אין דעם וואס זיי זענען נישט גענוג אנגעזונדערט פין די חילונים אזוי ווי אונז פין די גוים.


מעתה ר' גרוינעם
לכה איעצך, ברח לך אל מקומך, געפעלט דיך נישט די אידישע מנהגים פין היינט, וואלט דיך מן הסתם נישט געפאלען משה רבינו'ס מנהגים אויך נישט.
take it or leave it.
און ליוו איט, מיינט גענצליך, קענסט גיין אין פלעטבוש אדער פייב טיינס, און זיך אנטוהען די גענצליך גוישע לבוש, און רעדען בלויז ענגליש, און פירען א אידיש לעבען כדרכם. קיינער האלט דיך נישט צו אונזער דרך.

אבער כל זמן מיר לעבען און עקזיסטירען, שרייען מיר, מי לד' אלי.

ekstein » 13/4/2005 17:10

איך האב עס שוין געשריבען צו די מנהלים אין איך לייג עס דא פובליק
צו אידישיסטען משכילים-המכונים אלץ ווייסערס-מסיונערים
די אידישע היסטארי איז פיל מיט די קשיא פין בן הרשע פין מה העבודה הזאת לכם אין דער תירוץ איז נישט זיך צו טענען נאר ואף אתה הקה את שיניו אז מען זאל ניטאמאל קוקען אויף זיין זייט אין עם ענפערן נאר זעץ עם אויס די ציין ער זאל גיין צו אלדע שווארטצע רוחות עס קרענט זיי דאס מערסטע די גדרים וסיגים פין רבותינוואבותינו האבן געפירט כלל ישראל ווי דער תניא שרייבט אז פארוואס שטייט נישט אין די חכמינו ז"ל אסאך מנגהים וואס מיר פירען זיך (איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין די טעמע פין מנהג עוקר הלכה צו נישט )איז ווייל א יעדע זאך האט מען געקענט מצמצם זיין אין אותיות התורה אבער די מנהגי ישראל איז פין די גרעסטע זאכן אזוי אז מען האט דאס נישט געקענט אריינלייגען אין קיין אותיות נאר איז געגאנגען מדור דור עד משה רבינו אין דער גרעסטער פין די גדרים איז שם לשון מלבוש בלי שום שינוי וואס קיין איין פין די זאכען שטייען אין די תורה בפירוש נאר מיר האבן דאס מקובל מאבותינו ורובתינו אז דאס איז דער יסוד היהדות
(אין די אלע וואס זענען נישט נזהר געווען דערין האבן זיך זייערע קינדער אבער אייניקלעך אבער אור אייניקלעך גשמד אין חתונה געהאט מיט די גויים אין עס איז נישט פין זיי איבערגעבליבען קיין שם ושארית בכלל ישראל ) אין דעם גרוינעם קרענקט די דאזיגע זאכען ווי א ביין אין האלדז
איך האב איין עצה פאר דיר שמד דיך
דער רשב"א שרייבט אויף דעם וואס עס שטייט אל תטוש תורת אמך איז ווי אזוי מיר האבן עס מקבל געווען פין אונזרע זיידעס אין אויב קומסטו מיט טענה אז עס ליידער דא טויזענטער אידען אנדערש זאגט ער דעם לשון מוטב שיאבדו כמותו אלף מישראל ותורתינו לא נשתנה ואל ישתנה


דאס איז וואס איך האב געשריבען פאר די מנהלים

~~~~~~~~~~~
איך בעט דיך נישט צו שרייבען אין ענטפערען אויף דעם אידישען אפיקורס וואס זייער גרעסטען געווער איז אלעמאל געווען זיך צו טענהען אויף אמונה מיט די טענה אלץ גרויסווייסערס אין די היסטארי פין כלל ישראל איז געווען לדורותיהם דער וועג צו משכילים צו אלע אנדערע כיתות שונות נישט צו ענפערען אלץ ווי די גמרא זאגט אז אן אפיקורס ישראל איז פקר טפי אויב מען טענט זיך מיט עם -פארוואס ווייל דער עיקר כח פין זיי איז ליצנות אין אפלאכעריי מיט פאלשע פאקטען אין דמיונות וואס איז געטינקען אין ליצנות אין מיטן טיטול אלץ ווייסערס -וואס דאס איז דער אפטייטש פין משכיל- אז ער פארשטטיט בעסער פין אונזרערע רביס אין אונזער קבלה אין דאס אז חכמינו ז"ל האבן געמאכט גדרים וסיגים בכל דור ודור וואס זייערע הייליגע אויגען האבן איינגעזעהן אז עס איז א הצלת הדור איז דער יסוד היהדות (-די צדוקים איז אויך געווען זייער יסוד אז די חכמי הדור הבן נישט די רעכט צו מאכן גדרים וסיגים אין געבן פשט אין די משנות אין גמרות ווי אזוי זיי האבן געוואלט)ממילא איז נישט קיין אויסגעהאלטנע זאך אז דער פורם זאל לאזען באהאנדלען אזויליכע טעמעספין דעם גרוינעם משיח השם אין אנדערע ניקסאין איך פאלאנג אז דו זאלסט זיי חותם זיין אין פארמאכען סיי זייערע אלטע ניקס אין סיי די נייע
עס איז דא גענוג אפיקורסישע פורםס אין זאל ער גיין צו אלדע שווארטצע יאר
ווי דער רשב"א שרייבט אז מוטב שיאבד אלף מהם מישראל ותורותינו לא נשתנה ואל ישתנה

~~~~~~~~~~~

באראפארקער » 13/4/2005 18:13

עקשטיין
אין בין מחולק מיט דיר, מען דארף נישט חוסם זיין, דא איז אפען, מען קען זיך מפלפל זיין אויף אלעם, ווי אזוי אונז גלייבען און פארוואס אונז גלייבען.

האסט אזוי מורא צו זעהן וואס ער שרייבט?

yohcee718 » 13/4/2005 18:56

איך האלט אז מ'זאל יא חותם זיין גרונעם

א פורום ווי חדשות אנ"ש איז א מקום מקלט פאר היימישע חרדישע שרייבער'ס זיך מתווכח זיין, אין ג-ט אליינס ווייסט אז עס פעלט נישט דא קיין חלוקי דעות..

VIVE LA DIFFERACE

OPPS GROINEM IM SOPPOSED TO BE A HASIDIC BOOR IM SURE YOU ARE SO EDGEMECATED THAT YOU KNOW THE ILIAD AND DANTE'S INFERNO BY HEART
POOR US WE ARE SO STUPID

אבער דא האט ער נישט קיין פלאץ לדעתי דארף מען איהם חותם זיין נאר פאר זיין זלזול פון אונזער דרך החיים אליין!

ווער עס איז גולש ביי די אידישיסטען זעהט אז זיי אלע האבען לינקס צו 'חדשות אנ"ש' א כפרה אויף זיי,

אבער פארוואס דארף מען זיי געבען דא אן אנטריט?



jid_613 » 13/4/2005 18:58

עקשטיין

איך מיין אויך ווי באראפארקער, אין איך וועל צולייגען נאך א טעם לשבח אז מען זאל נישט חוסם זיין אזא סארט ווי גרוינעם.

הן אמת אז זיינע שיטות זעהן אויס מאדנע צו אונז פשוטע אידען מאמינים בני מאמינים, אבער דאך לאמיר זיך נישט נארען, דער חשובער גולשים אונזערער וועלען פין איהם נישט קליא ווערען, הרבה יותר מזה כבר עברנו.
אלא מאי דעם אינגערמאן אליין (ר' גרוינעם)?, איך בין גאנץ זיכער אז קיין גרויסע קנאקע איז ער נישט, און זעהט אויס אז ער האט געוויסע זאכען וואס גריבלען איהם אין בויך, אין עס צומישט איהם אביסעל, נעבעך א צומישטע נפש, נא, איז דאך אזא פורום ווי ער קען רעדען אין ררעדען אן אויפהער וואלט דאך געוועהן א גיטע טעראפי פאר איהם (בענייני אמונה).
נאר וואס יא? איך מיין אז מען זאל פארלאנגען פין איהם אז ער זאל פשוט רעדען מער צום דבר, אזוי אז ער אליין וועט בהכרח אביסעל אויסגראדען זיינע דרכים למקום.

בהוקרה,
דזשיד

----------------------------------------

צו אלע חשובער ליינערס פון חדשות אנ"ש

טראץ דעם וואס אין אנהייב פינעם אשכול האב איך נישט סותר געוועהן די ווערטער פין ידידינו "ר' גרוינעם", אין האב אפילו מוסיף געוועהן נופך מדילי', אין דאס האב איך אוודאי נאר געשריבען ווייל איך אליין בין נישט קלאר אין דעם עצם מנהג וואס דער אשכול האט אנגעהויבען רעדען וועגען דעם.

והרינו מוסר מודעה בזה

בוודאי שאני מתנגד בכל תוקף ועוז להיחס מ"גרוינעם" לדרך החיים שלנו ולרוחו של דבריו
און אדרבה, כאפט א בליק אין דעם יעצט שוין פארמאכטען אשכול וועגען אידיש, וואס דארט וועט איר זעהן אז האב ב"ה געהאט די זכיה צו זיין די ערשטע מעורר צו זיין "גרוינעם" אז ער זאל אויסבעסערען זיינע וועגען.





תוקן על ידי - jid_613 - 13/04/2005 19:38:29

היי_מיש » 13/4/2005 20:50

"אינגערמאן" שרייבט אין אשכול פון לעדלעך פראגראם


נ.ב. כ'האב זייער מורא אז אונזער שריבער גרונעם איז געווארן אנגעשטעקט פון דעם לעדלעך פראגראם

מלך_בבל » 14/4/2005 16:16

עס איז אומזיסט צו טענה'ן מיט איינעם וואס ווייסט נישט בחייכון וביומיכון, געלייענט אביסל מאדערנע ביכער און געווארן א חוקר

א געהעריגע אידישע איינוואנדערונג אין דייטשלאנד האט זיך אנגעהויבן אין די צייטן פון רבינו גרשום מאור הגולה, נלב"ע ד'ת"ת, לויט כמה דעות, אדער 20 יאהר פריער,
עס זענען דא דאקומענטן געשריבן אויף זשארגאן מיט אל"ף בי"ת (מיר וועלן עס רופן אידיש - זה שפעטער) שוין פון די צייטן פון מהרי"ל, אבי מנהגי אשכנז - ווי מען רופט איהם, נפטר ה'ק"ז, לויט כמה דעות (די מסורה איבער אידן אין דייטשלאנד נאכן חורבן בית ראשון בלייבט מסורה, אבער געהעריגע אידישע קהלות זענען נישט געווען ביז דאן)

דאס הייסט אז א קורצע צייט נאך די באזעצונג פון אידן אין דייטשלאנד האבן אידן געהאט א אייגענע דיאלעקט מיט וועלכע זיי האבן זיך באנוצט, נישט ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג, כאטש זיי האבן קיין לשון הקודש נישט גערעדט, ממילא קען אידיש נישט זיין עלטער ווי זעקס זיבן הונדערט יאהר

אין פוילן זענען נישט געווען קיין אידן ביז פאר זעקס זיבן הונדערט יאהר צוריק, פוילן איז געווען א דורכגאנג וועג פאר סוחרים, אידן האבן דארט כמעט נישט געוואוינט, איז קיין אידיש נישט געווען

יעצט אין אראבישע לענדער איז אויך געווארן א אידישע אראביש, יעדער איד וואס קומט פון אראבישע לענדער וועט אויף דעם מעיד זיין, אידן פון מאראקא רעדן דאס עד היום הזה, מיט דעם אראביש האט רס"ג און דער רמב"ם און אנדערע געשריבן זייערע ספרים, פארשטענדליך אויך מיט אותיות אלף בית, כמעט קיינער האט נישט געשריבן קיין ספרים מיט אראבישע אדער לאטיינישע אותיות, אזוי ווי עס איז געווארן דער מנהג פון בערלין, אנהויב תקופת ההשכלה

ווידער אידן אין מזרח, האבן ווי באקאנט אדאפטירט אן אייגן שפאניש, באוואוסט אלס לאדינו, א אפגעשטארבענער דיאלעקט פון א נידעריגן שבט, דאס האט מען גערעדט, און אויך געשריבן מיט אלף בית, און אפילו געפינטלט, אזוי ווי מיר פינטלען היינט אידיש

צום פינטל. די אלע שפראכן האבן געוויסע שטריכן מיט וועלכע זיי אייניגן זיך: ווערטער פון לשון הקודש זענען אריינגעדרינגען און געווארן א אינטעגראלער טייל פון שפראך, געשריבן מיט אלף בית (מרובעות אדער רש"י, זשארגאן איז אפילו געווען געדרוקט מיט משיטא), און די שפראך איז געווען א גרינגע, נישט קאמפליצירט, און בלויז אידן האבן זיך דערמיט באנוצט

אין איין ווארט. עם ישראל זענען אידן, די שפראך וועלכע זיי רעדן איז אידיש, צי דאס איז אידיש-דייטש, אידיש-שפאניש, אדער אידיש-אראביש.

כ'האב געהערט פון ר' נחום מאיר גערמאן בשם מהר"ש מבאבוב זצ"ל אז א רב האט געטראפן א צווייטן רב לערנען ניטל נאכט, פרעגט ער אים מיט וואונדער היתכן! זאגט ער, כ'וויל זעהן דעם גיהנם פארן לערנען ניטל, זאגט ער, גיהנם פארן לערנען ניטל איז נישטא, אבער דער גיהנם פארן אפלאכן פון א מנהג ישראל איז זייער גרויס, עיין רמ"א הלכות מגילה ואין ללעוג כו' כי לא לחנם הוקבעו, ועשו"ת ח"ס או"ח סימן נ"א בענין ברכת הגומל וכו'

אידיש האט נישט קיין קדושה, עס איז א גלות-שפראך, ווי אידן וואנדערן ווערט געשאפן א אידיש, אויך אין מדינת ישראל רעדט מען אידיש מיט העברעאישע אריינגעדרינגענע ווערטער, אנשטאט ענגליש אדער פויליש, וועלכע אסאך ווערטער אין "אידיש" זענען באמת פויליש (דבר בעתו: שמאטע...) ווייל דארט איז עס ליידער די לאנדס שפראך, אבער א קדושה האט דער מסך המבדיל וואס עס שאפט צווישן אידן גוים, און הרב באראפארקער איז גערעכט מיט דעם וואס ער רעדט פון ארץ ישראל, איך טענה שוין דאס יאהרן לאנג, אז די פרומע און פרייע לעבן דארט כמעט אינאיינעם, צוליב די שפראך, און אמעריקע תוכיח, די וועלכע עס רעדן נישט אידיש טראגן אן אנדערע צורה, ואכמ"ל

דער חתם סופר שרייבט אין די צוואה, בגופן שלנו, און ער רעדט פון אידיש-דייטש מיט אלף בית

דרוקן ספרים פאר אידן מיט לאטיינישע אותיות איז נישט געווען ביז פאר 200 יאהר צוריק, ווען נשמת מענדעלסאן איז אראפ אויף דעם עולם

אין חתם סופר שטייט ערגעץ אז דאס וואס חז"ל זאגן שלא שינו את לשונם מיינט טאקע אז זיי האבן געהאט א אייגענע מצריש'ע דיאלעקט אנדערש ווי די גוי'אישע וועלכע איז בדרך כלל שמוציג און געמיין, איינער וואס טרעפט דעם מקור יבא על הברכה, אפשר וועל איך באלד זוכן

קצת מראי מקומות: עיין סנהדרין כ"א, עברי ליבונאה אשורי, שו"ת רמ"א סימן ל"ד שבמכוון המציאו חכמי הדורות כתב לדברי חול וה"ה כאן, וחכמי התלמוד בבבל דיברו ארמית, ואכמ"ל

זאליweaky » 14/4/2005 16:57

מלך בבל:

פאר גרוינעם טאר מען נישט ענטפערן, ווייל די חז"ל האבן געזאגט "שאני מין ישראל, דפקר טפי".

און כ'בין ערצויגן געווארן מיט א חינוך צו גלייבן די חז"ל.

אבער פאר דיר א אינטערעסאנטע הערה.

די היינטיגע ספרדים (פון ארגענטינע) רעדן נישט לאדינו, נאר שפאניש.

אבער זיי האבן אויך בכוונה משנה געווען אסאך ווערטער פון דעם געהעריגן שפאנישן דיאלעקט, צוליב דעם מצוה און חיוב פון "ואבדיל אתכם מכל העמים".

jid_613 » 15/4/2005 00:13

מלך בבל

יישר כחך פארען מאמר אויף אידיש

בד"א זה שכתבת אודות התחלת היישוב באשכנז, ראיתי באיזה ספר על היסטוריה יהודית (מרב חרדי) שיצא לאור לאחרונה, שעיקר ההתישבות נעשה הרבה דורות לפני תקופת רגמ"ה, רק שרובם מתו או נהרגו במשך השנים ע"י השבטים הפרעים שהיו שם באלף הראשון אחר החורבן כידוע.

ןעיקר השינוי שנעשה ע"י רגמ"ה ועוד הגדולים של הזמן ההיא היתה שהם יסדו הישיבות הראשונות מחוץ לגבולות בבל וא"י, משא"כ עד הזמן ההוא כל מבקשי תורה נסעו להישיבות הגדולות שבבבל.
ובמקו"א ראיתי (לא זוכר איפוא) שלכן הרבה ממנהגי אשכנז תואמים יותר לתלמוד הירושלמי מאשר לבבלי, בגלל שזה נסתיים קודם, והגיע קודם לאשכנז והם יסדו מנהגיהם לפיה ושוב לא שינו אותה

ובענין כתיבת דברי תורה בכתב העמים, שכתבת שמעולם כמעט ולא היה מי שכתב בכתב חול-אפילו מאלו שכתבו בלשון "אידיש" (כפי שכינית אותה).
אכן הרמב"ם כתב ערבי בכתב לשון קודש, אבל חוץ מזה הרי היו רבים אחרים, לדוגמא: רבינו בחיי בעל חוה"ל ורס"ג וכו', האם אתה יודע זה בבירור שהם לא כתבו בכתב ערבי?
משהו מקשקש לי בראש שרס"ג כתב תרגום על כל המקרא לערבית בלשון ערבי.
ואדרבה, אם אני טועה בזה, אנה העמידנו על טעותי.

בהוקרה
דזשיד


מלך_בבל » 15/4/2005 00:44

אין די ספרים ווערט כמעט נישט דערמאנט אידן אין דייטשלאנד, אין די תשובות הגאונים (די פאקטישע גייסטליכע פיהרער פון אידן אחרי חתימת הש"ס וגירוש היהודים מא"י ע"י הנוצרים אחר שנת קי"א) זענען כמעט נישטא קיין תשובות צו דייטשלאנד, עס איז ידוע ווואס שטייט אין מנהגי מהרי"ל (לקוטים מט) אז אידן פון דייטשלאנד האבן געשריבן צו די סנהדרין ביי די מעשה פונעם אותו האיש, און ער שרייבט אויך אז מען האט געטראפן א מצבה פון שפחה חרופה 1100 יאר פאר איהם, עס זענען דא נאך מסורות, אזוי ווי כ'האב געשריבן אויבן, אבער קיין דאקומענטן ביי די רעגירונג'ס אינסטאנצן וכו' אדער תשובות איז נישטא

תקופת הגאונים הא זיך אנגעהויבן ד'שמ"ט ביז נאך רב האי, לויט רוב דעות איז ער נפטר געווארן ת"ת, בבל האט געמאכט קונצן, די ישיבות האבן זיך פארמאכט, און די באקאנטע מעשה מיט די ארבעת השבויים האט צוגעגעבן צו דעם אז אידן זאלן זיך באזעצן אין אלע עקן וועלט, איטאליע, דייטשלאנד און אפריקע, און גרינדן ישיבות

וואס דו שרייבסט וועגן מנהגי אשכנז אז זיי זענען נוטה צום ירושלמי, איז האלב אמת, מנהג בבל-ספרד האט א רציפות: תלמוד בבלי-בה"ג-רי"ף-רמב"ם-(שלחן ערוך), אבער מנהג אשכנז האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט'ן ירושלמי, און דער פאקט איז אז רוב חכמי אשכנז האבן דעם ירושלמי נישט געהאט געהעריג, און דעריבער איז א סדר קדשים פארלוירן געווארן - אנדערש ווי דער בבלי,

עס איז א לאנגער שמועס, די היינטיגע חוקרים רעדן וועגן דעם, איך האב נישט צייט און כח איבערצוקייען וואס זיי שרייבן, און ארויסנעמען דעם אוכל פונעם פסולת, כידוע

אבער מנהג ארץ ישראל-ירושלמי איז זיכער נישט מנהג אשכנז, מנהג ארץ ישראל (נישט פון די תלמידי הגר"א וועלכע מיר קענען) איז נשתכח געווארן, און דער בבלי און זיינע מנהגים האבן גענצליך איבערגענומען די אנדערע, דער ספר'ל חילוף מנהגים וועט מעיד זיין ווי 1000 עדות

איין דוגמא. די אלע זאכן וואס דער בבלי ברענגט פון די בני מערבא איז נישטא קיין זכר אין מנהג אשכנז, די אלע ברכות וואס די בני א"י פלעגן מאכן און דער בבלי והאוחזים בשיטתו האבן זיך שטארק קעגנגעשטעלט, איז נישט געבליבן אין אשכנז (הנותן ליעף כח איז א שמועס פאר זיך)

וועגן ר' בחיי דארף איך נאכזוכן, אבער רס"ג האט זיכער געשריבן מיט אלף בית ועיין סידור רס"ג מבוא עמוד 53 אן אינטערעסאנטע הערה וועגן די אראביש אין סדור רס"ג

דער תרגום רס"ג האט קאפח געדרוקט וואס ער האט געטראפן, אבער עס איז אויף אראביש נישט מיט אראבישע אותיות, פוק חזי אין יעדן ספרים געשעפט

Baachi » 15/4/2005 00:55

גרוינעם

מיינע צוויי פרוטות צושטייער צום שמועס.

א לבוש איז מייסטנס א מונדור א UNIFORM
ווער עס טראגט עס אידענטיפיצירט זיך מיט די זעלבע גרופע

צו דאס איז בריללן צו א שטריימעל/ישיבישע העט אדער להבדיל א נעקטיי/פריזור/כאפיה - צו איין אוירינגל אויף די ליפן ביז אן אנגעפעלצן GI אין די הייסע איראקער מדבריות.

פארשטייט זיך אז ווי יעדע מונדור האט עס געוויסע טעמים אין שרשים.

דאס זעלבע איז א שפראך - איין אידענטיפיקאציע מיט א גרופע
והוא הדין די נעמען

אין דאס ווייסט יעדעס חדר יונגל פון פרשת שמות - שמם לשונם לבושם

דיך גרוינעם קען איך נישט, אבער איך זה ברוח קדשך אז דו גייסט נישט קיין שטריימל בעקישע, איך איך זעה אפילו עד כדי כך אז דו טראגסט נישט קיין רבינו תם'ס (חוששני אז דו ווייסט אפילו נישט פון וואס איך רעד)

קיין גלעזער נוצטו אויך נישט מן הסתם. דו טרינקסט גלייך פון פלעשל.

אבער פאר דעהם וואס דו רעדסט כאטש יידיש ואין הקב"ה מקפח שכר שיחה נאה, וועל איך דיר עפעס צו שטייער געבן פאר דיין עםהארצ'ישן אנטראפאלאגישע פארשאוואניע.

דער טעם פארוואס אלע שפראכען ווי אראביש, און פראנצויזיש וכדומה האבען יידען נאר גערעט ווען זיי זענען געווען אין יענע מדינות אבער נישט שפעטער (מיט קליינע אויסנאמען) משא"כ יידיש דייטש האט מען גערעט טויזנט יאהר! אין פוילען און אין רוסלאנד (נישט פינף הונדערט ווי דו שרייבסט אין דערנעבנדיקן אשכול).

דאס איז פון די ברכה פון יפת אלוקים ליפת.

מובא באגרות משה לגבי שמות אנשים LOOK IT UP

לגבי חוסם זיין איינעם וואס דרעשט איבער אלטע גארביטש

ח"ו! איין איסור דאורייתא!

דער לאו דחסימה אליין
לא תחסום שור בדישו!


JID
מוסר איהם נישט

ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל הימנו

מלך בבל

"פוילען האבן נישט געוואינט קיין אידן סנאר געווועהן א דורך גאנג"

"בבל האט געמאכט קונצן"

"אשכנז האט נישט קיין דירעקטע מסורה"

דו מאכסט דאס אויף ווען דו שרייבסט? אדער דו האסט שוין געשריבן א ספר " חידושי היסטואריא כהלכתה"?

מלך_בבל » 15/4/2005 01:13

באטשי

דו רעדסט ווי יענעם גר צו הלל ושמאי:

תלמדני כל התורה כולה על רגל אחת,

ווילסט אלעס וויסן אויף איין פוס? האטסו געלייענט היסטאריע ווייסטו וואס איך שרייב, אויב נישט - נישט

רע"ג איז לכאורה דער ערשטער וואס דערמאנט קהילות ישראל שבאשכנז, אבער פריער איז נישט געווען קיין געהעריגע התיישבות, ס'איז א שאד צו זיך טענה'ן

ווייניג אידן האבן איבעראל געוואוינט, אבער קהלות איז געווארן הערשט דעמאלס, און ביי תקופת רגמ"ה איז געווארן ישיבות, מאגענצא פון די גרעסטע, ארגאניזירטע קהילות, תקנות און מנהגים און אויך - א שפראך

מלך_בבל » 15/4/2005 01:20

נאך א נקודה. לאדינו האבן די ספרדים געברענגט קיין גריכנלאנד נאכן גירוש ספרד, און אין שאלוניקי האט מען גערעדט און געדרוקט צענדליגער ספרים אויף לאדינו, אויך קיין טערקיי האבן די אידן מיטגענומען די שפראך, און זיך באנוצט דערמיט, ווי מיר מיט אידיש, שוין הונדערטער יאהר נאך גירוש ספרד.

די אידישע אראביש רעדט מען נאך היינט, איך קען יוצאי מאראקא וואס רעדן די שפראך כאטש זיי וואוינען נישט דארט

וועגן א אידישע פראנצויזיש ווייס איך נישט

עפשטיין » 15/4/2005 02:46

מלך בבל

איך שמעק אין דיר צו סאך י' תא שמע.

אם בארזים נפלו שלהבת?
בלאט: 1 2