היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » מעג מען לייגן אן אלטן קאפל אין מיסט?

מעג מען לייגן אן אלטן קאפל אין מיסט?

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1340414

מלך_בבל » 11/4/2005 17:19

וואו לייגט איהר די אלטע קאפלעך יעצט ערב פסח, אין גניזה אדער אין מיסט? האט עס א דין פון תשמיש קדושה-מצוה?

יענקעלע11 » 11/4/2005 17:35

לפי ידיעתי, מעג מען ווארפן א קאפל אין מיסט, נאר מען לייגט דאס עקסטער אין א בעג, און נישט אויסגעמישט מיט אלע אנדערע שמוץ.

jid_613 » 11/4/2005 18:21

תשמישי קדושה = רצועות של תפילין
תשמישי מצוה = חוטי הציצית
לא זה ולא זה = בגד הציצית

וואס איז די שאלה אויף א קאפעל מער ווי גאטשעס? ביידע האט דער איד וואס טראגט דאס א מצוה!?!?!

יוסעלע » 11/4/2005 18:48

איינער וואס לייגט בגדי ציצית און קאפלעך אין שמות איז ע"פ הלכה מבזה די שמות, פון זיין פרומקייט קומט גאר ארויס א תקלה, די זעלבע איז פאר די וואס ווארפן גאנצע צייטונגען אין שמות, מיט אלע מינע תירוצים, זיי טוען גארנישט אויף זיי מאכן מער קאליע.

יצא שכרו בהפסדו...

יוסעלע