היינט איז אנגעקומען א נייע קונטרס אין קרית יואל.
איינער ווייסט ווער ס'שטייט אונטער דעם?
[בילד – נישט אפגעהיט]
גולם, זיי מיר נישט אזא גולם
דאס איז די קנאקעדיגע קונטרס וואס מאכט אז די אלייענס זאלן צושפרינגען ווערן.
די קונטרס איז ממש א דיזעסטער פאר די אלייענס, ווייל עס ווייזט וויאזוי די תלמידי רבינו הק' זי"ע (אריינגערעכנט אפאר פון די רע-בנים וואס שרייען יעצט התגרות באומות) האבן געקעמפט קעגן די גוי'אישע שכנים מיט די אגרעסיווסטע און ווילדסטע מיטלען.
די קונטרס איז א טויט-קלאפ פאר די אלייענס, ווייל עס ווייזט אז זייערע שיינע אידן זענען געווען די וואס האבן אנגעפאנגען דעם דרך פון ארויסגיין קעגן די גוים, ווען עס האט זיך אויסגעפעלט פאר'ן סוקסעס פון שטעטל.
אבער, אויב דו האסט אריינגעלייגט די פראנט פעידזש, אפשר ביסטו אזוי גוט און דו סקענסט אריין די אנדערע פעידזשעס אויך?
געוואלדיג געוואלדיג.
דער קונטרס איז א מייסטער ארבעט.
איך בין אינגאנצען איבערגענומען.
מ'זעהט קליפ אוןקלאר, אז דער רבי זי"ע האט געהאלטען אז צו בויען א אידישער שטעטל דארף מען טון וואס מ'קען,און מ'דארף נישט און מ'טאר נישט קןקען וואס די גוים זאגן, און מדארף זיך נישט דערשרעקן פון די רדיפות פון גוים, ווייל דאס גאנצע גרינדונג פון שטעטל איז ממילא מעשה נסים, און דער גאנצעו אלייענס "התגרות באומות" אישו האט איינגענומען א פאטאלע נידערלאגע.
איך האף אז איינער וועט אריינסקענען די גאנצע בראשור מיט אלע דאקומענטן און עס דא ארויפלייגן. אויף דערווייל האב איך אריינגעסקענט נאר איין בלעטל, וואס איך האלט אז ס'איז די גרעסטע "היט" פון די גאנצע בראשור.
ס'איז א קאפי פון א קונטרס וואס משה פריעדמאן האט געלאזט דרוקן ווען ער איז געווען מנהל המוסדות און ראש הקהל, וואו מען זעט קלאר אז דער רבי זי"ע האט געזאגט פאר שלמה מעכל ראזנער און פאר אים, אז זיי זאלן ארויסגיין קעגן די גוים.
ליינט און שטוינט:
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב דורך געליינט דעם קונטרס איך פארשטיי נישט פון וועלכע רע-בנים די רעדסט?.
בנוגע דעם קונטרס, לדעתי מייסטער ווערק.
משה בער קויפמאן און ישעי' יעקב שטויבער, וואס היינט זענען זיי פון די ועד הרבנים, און דעמאלץ האבן זיי אונטערגעשריבן אויף א שווערע קלאגע קעגן די גוים פון טאון.
ישעי' יעקב שטויבער האט אפילו זיכער געמאכט זיך אונטערצושרייבן ראביי ישעי' יעקב שטויבער, ווייל ער האט מורא געהאט אז דער דזשאדזש וועט אים נישט גענוג מכבד זיין, און ס'וועט ח"ו זיין א בזיון התורה (ער האט ח"ו נישט זיך געמיינט...)