היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » די מסירה דאקומענטן פון די אלייענס

די מסירה דאקומענטן פון די אלייענס

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1337950

זשוליאני08 » 8/4/2005 21:06

מיט'ן רשות פון דעם מנהל עפן איך אן עקסטערע אשכול, ארויפצולייגן די רשעות'דיגע מסירה דאקומענטן פון די אלייענס, קעגן פריוואטע מענטשן אין קרית יואל.

אין דעם ערשטן דאקומענט זעט מען וויאזוי מעני מענגיועל, גיט אריין א מסירה אין נאמען פון די אלייענס, קעגן א בחור וואס רופט זיך מיט'ן נאמען הענרי, ווייל אין די רעקארדס פון 82 לי עוועניו איז ער געווען איינגעגעבן אלס חיים

אויך זעט מען וויאזוי 82 לי עוועניו האט אויף א געמיינעם אופן קאאפערירט מיט די אלייענס צו מסר'ען אידן

וועגן דעם האט זלמן לייב טייטלבוים געדארפט ווערן רב?

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 08/04/2005 21:13:05
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 8/4/2005 21:11

דא זעט מען וויאזוי ער האט געטשאלענדזשט א וואוטער וואס האט זיך ארויסגעצויגן פון וויליאמסבורג קיין מאנרא, ווייל אין די אנ"ש ליסט איז זי נאך געווען געליסטעט מיט איר אלטע אדרעס.
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 8/4/2005 21:17

איך לייג דא אריבער די תגובות פון אן אנדערן אשכול

ראביי88 שרייבט:

אלייענס מיט זייער מסירה פראפאגאנדע
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 8/4/2005 21:22

שארמאש שרייבט:

לויט ווי איך הער גייען 170 בחורל'עך און מיידלעך באקןמען סובפינעס אנגעהויבען פון ערב פסח רח''ל דןרך די טרןיעריגע בארימטע אלייענס ביי מיין שוואגער האט מען שוים נעכטען געקלאפט אויפען טיר

מסור פארוואס פארשטערסטו דעם יו''ט פאר יודען???

[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 8/4/2005 21:23

געשמאק שרייבט:

די אלייענס איז געגאנגען א טריט ווייטער ,זיי טשאלענדזשן יונגע ווייבלעך וואס האבען יעצט חתונה געהאט,אז די נעמען שטימען נישט ,ווייל זיי האבען דאך א נייעם נאמען.

שומו שמים,צו וואס יאוש קען ברענגען.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 08/04/2005 21:24:21

זשוליאני08 » 8/4/2005 21:25

ארענדאר שרייבט:

פאר מיר איז די אלע אלייענס אקטיוויטעטן נישט קיין חידוש,דאס איז נוסח "שארפטאן" וואס ער איז זייער וועג ווייזער.

דער "שארפטאן נוסח איז::

"אז מקען נישט געוואונען נאר דורכ'ן פארלירען",דארף מען דאך קודם מאכן א איבערקערעניש ,און טשאלענדזשען רעכטס און לינקס.

זשוליאני08 » 8/4/2005 21:27

קריתיואל'ער שרייבט:

פארוואס טוט מען נישט די זעלבע זאך מיט זייערע וואוטערס? זאל מען זיי אויך נעמען טשאלענדזשען רעכטס און לינקס.

איך געדענק ווען זיי האבן אנגעפאנגען צו מאכן די איבערקערענישן אין קרית יואל מיט אפאר יאר צוריק.

ס'איז פארגעקומען די ווילידזש וואלן, און די ווילידזש האט זיי ערלויבט צו האבן אפאר אינספעקטארס ביי די וואלן. וואס האבן זיי געטאן? זיי האבן זיך גענומען צו טשאלענדזשען יעדן דריטן וואס איז אריינגעקומען וואוטן, וגם אני בתוכם, וואס איך בין געטשאלענדזשט געווארן דורך א יונגערמאן, מיט וועמען איך האב געלערנט אין חדר אלע יארן. ער איז אלעמאל געווען א צוקלאפט יונגל, און איך בין גראדע געווען פון די וואס האבן אים ארויסגעהאלפן ווען ער פלעגט גע'רודפ'ט ווערן דורך אנדערע.

עכ"פ דער יונגערמאן האט מיט א שרעקליכע כפוי טובה'שאפט געזאגט אז ער ווייסט נישט ווער איך בין, און איך בין נישט קיין קרית יואל'ער איינוואוינער, און וועגן דעם טשאלענדזשט ער מיך.

וואס האט מען געטאן זיי צו שטעלן אן די ספאט? מען האט אנגעפאנגען צו טשאלענדזשען יעדן איינציגן פון זיי. יעדער אלייענס וואוטער וואס איז אריינגעקומען אינעווייניג האט מען אים געטשאלענדזשט.

דער סך הכל דערפון איז געווען אז ביי די נעקסטע עלעקשאנס, האבן זיי שוין נישט געטשאלענדזשט קיינעם, און ס'איז געווען שלום על ישראל.

אלזא, פארוואס שלאפט מען? זאל מען זיי אויך געבן אין באבנ'ס באבן אריין, זאל מען זיך נעמען צו טשאלענדזשען זייערע מענטשן. וועט עטס זען אז זיי וועלן מער נישט טשעפענען קיינעם.

זשוליאני08 » 8/4/2005 21:28

קריתיואל שרייבט:

נעבעך א טיפיקל אהרוני.
ער ווייסט נעבעך נישט אז אויב איז נאך געווען וואוטערס צו טשעלענדזשען האט עס שוין דער ווילעדזש געטאן אויף אלע אופנים.
אפשר זאלסטו פרובירן דיין מזל...

זשוליאני08 » 8/4/2005 21:28

קריתיואל'ער שרייבט:

איך שטוין וואספארא פיינע מענטשן די אלייענס זענען

די ווילדזש טשאלענדזש זיי אבער זיי מיט זייער גרויסע עניוות מאכן א שווייג דערפון.

באפקעס רעד איין פאר א צווייטן.

ווען מען וואלט געטשאלעדזש אן אלייענס וואטער וואלט עקשטיין און קרית יואל שוין לאנג ארויפגעקומען און געמאכט א ויצעקו דא.

איך האב שוין געזען דא נישט איינס נאר צוויי טשאללענדזש בריוו פון די אללייענס. אדרבא, אפשר ווייזטו מיר איין בריוו פון ווילידזש צו טשאללענדזש א אלייענס וואוטער.

לוזער איינער

זשוליאני08 » 8/4/2005 21:29

קרית_יואל שרייבט:

נו פיר אויס:
אלא מאי זענען די ווילעדזש וואוילע מענטשן...
ביך איך נישט געריכט אז דו ביזט א טיפיקל אהרוני?
צי האט דער ווילעדזש נישט געשטעלט שטיינער אין וועג פאר די אנטי-אהרונים ביי די וואלן און פאר די וואלן?
ביז די אלייענס איז אויפגעקומען האבן די אהרונים געוואוסט אז זיי קענען טאן וואס זיי ווילן ווייל קיינער וועט זיי נישט שטיין אין וועג.
אבער פארקערט איז שוין ליידער געווען גענוג און נאך צרות. דער ווילעדזש האט געהאלטן א פארגרעסערונגס גלאז אויף יעדן אנטי-אהרוני וואוטער צי עס איז נישטא א וועג וויאזוי אים צו פסל'ענען.
כהיום איז נישטא ביי די אנטי-אהרונים קיין שום וואוטער וואס דער ווילעדזש קען טשעלענדזשען, סיידן עס איז נישט אויסגעפילט געווארן ווי עס באדארף צו זיין די רעגיסטרעישאן פאורם אדער די עבסענטי בעלאט (וואס גראדע האט עס דער ווילעדזש געטאן ביי די פריעדריגע לאקאלע וואלן).

זשוליאני08 » 8/4/2005 21:30

זשוליאני08 (אני הקטן) שרייבט:

אזוי? טשאלענדזשען פרויען אז זיי זאלן נישט קענען וואוטן ווייל זיי האבן נייע נעמען נאך זייער חתונה, וואס מיינט די אלייענס דערמיט? די טובה פון קרית יואל אדער סתם רשעות?

און זאג מיר דו צו מען קען נישט פסל'נען פרויען פון די אלייענס וואס האבן נייע נעמען נאך די חתונה.

און ווי קרית יואל'ער האט דיר געשריבן, זיי מוחל ברענג איין דאקומענט אויפצואווייזן אז די ווילידזש האט געטשעפעט אלייענס וואוטערס. אויף פארקערט האט מען דיר שוין געברענגט גענוג און נאך דאקומענטן.

getme » 23/5/2005 05:45

עניני דיומא

זאליweaky » 23/5/2005 08:01

נעבעך.

די אלייענס וואלט געוואלט אז דאס זאל זיין ענינא דיומא.

דערווייל איז אין קרית יואל ענינא דיומא עפעס א מיספארשטענדעניש מיט ר' שמעון זאב...

און פארשטייט זיך אז דאס האט שייכות מיט ל"ג בעומר.

rabbi88 » 23/5/2005 21:43

For the past six-weeks the Sheriff and State Police have been checking the voter eligibilty of many Village residents, on behalf of the KJ Alliance and their Advisor Manny Manguel.

And once the police are already in the Village they give out tickets

So whose fault is it that so many Kiryas Joel residents are getting tickets

rabbi88 » 24/5/2005 21:04

PJ doesn't care, he got a Police Sticker

you_bet » 24/5/2005 21:12

יו בעט די אהרונים זענען שולדיג

ווען זיי זאלן זיין נארמאל.... און נישט מאכן קיין התגרות באומות און התגרות בתלמידי "ראבייני"

און זיך אויסשרייבן פון קענען וואוטען, וועלן זיי מער גארנישט מסרן, אין דעם הינזיכט פון וואטינג רעגיסטראציע

אטוען » 1/6/2005 04:05

אז דער כלב מעני מענגאעל קומט אן צו די וואלען מארגען
וועט ער געדענקען דעם טאג ( (June 1כל ימי חיו. ווייל עס
ווארט אויף איהם אזעליכע בזיונות אז ער וועט עס לעולם ועד נישט פארגעסען.

זשוליאני08 » 1/6/2005 05:34

אויב קומט מעני מענגיועל, וועט אים פובליק סעיפטי ארויסטראגן פון זאל מיט בושות און חרפות.

לויט'ן פסק פון ריכטער מעגן זיי נאר האבן לאיערס וואס האבן לייסענס, און מענגיועל האט נישט קיין לייסענס צו זיין א לאיער, ער איז א פלעינער ספאנישער האומלעס, וואס פנחס יאקאבאוויטש האט געטראפן אין קעמפ לעגווארדיע, אים אנגעטאן א סוט און א נעקטיי ויקרא שמו בה'אלייענס: לאיער.

מענגיועל טוט אלע שמוציגע ארבעט פאר פנחס און דערפאר גיט אים פנחס יעדן טאג פרישטאג, לאנטש און סאפער, און א בעט צו שלאפן.

אטוען » 8/6/2005 00:29

די באקאנטע מימרא "המגדל כלב רע בתוך ביתו כאילו ילדו"
איז שטארק צוגעפאסט צו "פיני" מיט זיין "מעני מענגאעל"

rabbi88 » 8/6/2005 21:21

Hey Toyin you're good!