איך האב דאס געשריבען אין די פורום ויזניץ http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1255231
יעצט ווענד איך זיך דא צו אלע וואס רופען זיך באבוב און וואס דער נאמען באבוב האט א חשיבות ביי זיי, אז זיי זאלען אויפהערן צו שרייבען וועגן באבוב.
למעשה זענען היינט פארהאן צווי אדמורי"ם וואס רופען זיך באבוב. אויב האלט איר נישט פון איינער דארפט איר נישט רעדן דערפון. אויב פילט איר אז איר מוזט רעדן און בארעדן דעם אנדערן צד טוט עס כאטש אין ביהמ"ד. פארוואס פעלט אויס צו שרייבען אויפען אינטערנעט לשמצה בקמיהם? טאמער זענט איר נישט חש לכבודו פון רבינו הק' זצוק"ל הכ"מ כאטש פארשעמטס נישט זיין הייליגען טאטן זי"ע.
גענוג אז מיר האבען פארלוירען דעם רוח אפינו משיח ה'. גענוג אז ויצא מן בת ציון כל הדרה און ביי אונז שלאגט מען זיך אויך. גענוג אז פרעמדע רעדן דערוועגן. גענוג אז ביי אונז אינדערהיים רעדט מען דערוועגן. אבער ברבים? אויב איז נגזר געווארען אז באבוב דארף חרוב ווערן פארוואס דארפען אונז עס אליין טוהן בידים?
למען כבוד בית אבא לא'מיר אויפהערן.
תוקן על ידי - A_JEW - 06/04/2005 14:44:37