היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » קריעה בתולדות אהרן - קופת חולים

קריעה בתולדות אהרן - קופת חולים

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1335385

יענטא » 6/4/2005 03:15

שוין אריבער באלד א יאר איז שוין שטיל?


שרעקליכע נייעס קומט פון תולדות אהרן אין ירשלים עיה"ק, וואס האט אריינגעווארפן די קהילה אין א פייער פון מחאות פון די שענסטע אידן אין תולדות אהרן, איבער דעם מכשול פון נעמען געלט פון דעם גע'אסור'טן קופות חולים וואס הגה"ק ר' אברהם יצחק קאהן זצ"ל האט גע'אסור'ט.

1) מ'איז געוואויר געווארן אז די נייע שול וואס ווערט יעצט געבויעט, האט באקומען שווערע געלטער פון "קופות חולים". אין דעם זשורנאל וואס איז ארויסגעקומען שטייט אז קופות חולים האט עס געספאנסערט. (וואס איז א בגידה נוראה אין תולדות אהרן).

2) הרה"צ ר' משה שטערן (חבר הנהלת העדה, איבער די שמונים) איז ארויף אויפ'ן באלעמער און זיך געריסן קריעה. און געשריבן מיט קולות וברקים אז מ'האט זיך געביקט צום עגל הציוני.

3) כ"ק אדמו"ר מתו"א ר' דוד קאהן איז יעצט פינקט אין מאנטשעסטער און האט נישט זיינע מענטשן מיט זיך, וואס זאלן אינטערדריקן דעם אויפשטאנד.

3) עטליכע חסידים פון ר' דוד קאהן האבן אנגעהויבן שרייען אויף ר' משה שטערן אז ער איז א שייגעץ און געשריגן "שייגעץ ארויס".

4) ר' אליעזר גאבעל, פון די אסירי ציון, איז אויך ארויפגעלאפן אויפן באלעמער און זיך אויך קריעה געריסן. און מאכט קולות און געשרייען - יעצט זענען דא צוויי מענטשן אויפן באלעמער און די גאנצע שול קאכט און זידט.

5) ר' דוד קאהן האט פון מאנטשעסטער שנעל געשיקט זיין זין נחום קאהן ער זאל אינטערדריקן דעם אויפשטאנד. נחום איז געגאנגען אין כולל אין געהאלטן א דרשה אז דער טאטע איז באלעבאס און וועמען עס געפעלט נישט וועט מען ווארפן.

6) יונגעלייט האבן אנגעהויבן שרייען און מוחה זיין אויף די מעשה נבלה אז מ'גייט קעגן די שיטה הק' און מ'נעמט געלט פון טריפה'נע מקורות, און מ'גיט כבוד פאר רשעים וואס זענען דוגל בשלטון הציוני!

7) מ'האט שוין געהאנגען א צעטל מיט 10 נעמען וועמען מ'ווארפט ארויס פון די מוסדות אין פין קהל.

8) ר' גרשון שטעמער פון די עדה החרדית האט קודם געזאגט אז ער מישט זיך נישט אריין. אבער עטליכע חברי הביד"צ האט פארלאנגט אז ישיבת בי"ד ווי מ'זאל פארהאנדלען אז מ'מוז שוין צוריקנעמען די ערליכע יונגעלייט וואס האבן מוחה געווען אויף די מעשה נבלה.

קאנדאהאר
_________________________________________________________
18:47 28/4/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
דאס געשעהט מיט איינעם וואס גנבעט צו א רביסטעווע פון א ברודער
און פאר די באבאווער אדער ווער עס זאל נישט זיין איז עס א לעסן אז מגנבט צו איינעם'ס ירושה איז דאס די סוף

______________________________________________________
דישיגוטער

20:0 28/4/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
אדון קאנדאהאר, תרגע!
א מזל ס'איז דא ציונים אויף דער וועלט אז נישט וואלסטו משוגע געווארען פאר ליידיג גיין
_________________________________________________________
tzvibp28

20:5 28/4/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
זייט מודה די קנאות פאראיין האט באנקראטירט, אלע אונגארישע חסידים זענען די זעלבע, איין מאל די רבי האלט נישט ווי מיר איז ער אויס רבי!
_______________________________________________________
tzvibp28

20:16 28/4/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
TZIVIBP
1) איך זעה אז די קענסט נישט ליינען צווישן די שורות. (אלזא זיי מוחל, און לערן דיך אויס ליינען... נישט קריטיקיר :-)


2) איך האב געשריבן די נייעס טרוקן. דער וואס קען תולדות אהרן פון אמאל און פון היינט ווערט פשוט דערשטוינט פון די HYPOCRICY און בי.עס. פון דוד קאהן.

דא האט ער אנגעהויבן א אכזריות'דיגן קאמף קעגן זיין עלטערע ברידער, און אים מבזה געווען פאר די גאנצע וועלט, אים מצער געווען און פארגאסן דאס בלוס, מיט כלומר'שע הימלישע אורזאכן... פאר קנאות, פאר תורה, פאר צדקות, פאר קדושה, פאר דעם הייליגן נאמען תולדות אהרן....

דוד קאהן האט געפירט א עקלהאפטיגע און גרויליגע מלחמה קעגן זיין ברידער, און אים באשולדיגט אין ציוניזם, און נישט זיין גענוג פרום, נישט זיין גענוג קנאי...

זאל יעדער זעהן וואס דוד קאהן איז... און וואס א מושחת ער איז און וויפיל קנאות דער שטריק האט אין זיך.
קאנדאהאר
_______________________________________________
20:56 28/4/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
קאנדהאר טייערער, ס'איז נישט אויס גהאלטען צו רעדען אויף א רבי'ן בלשונות של גנאי, הגם ס'איז ריכטיג אז ר' דוד איז נישט קיין קנאי, און ער איז ווייט פונעם דרך פון תולדות אהרן כרחוק מזרח ממערב (ער איז מער ליטוויש גשטימט), אבער א תלמיד חכם איז ער פארט, און אפילו מ'האט טענות, דארף מען אבער רעדען בדרך כבוד !

אגב, לויט ווי איך הער, האבען עטליכע ערנסטע באזעסענע עלטערע יונגעלייט און תו"א זיך אויסגעדריקט: אויב דאס איז דער מצב, דעמאלט וואס האט בכלל אויסגעפעלט די מלחמה און חילול ה' פאר 7-8 יאהר צוריק ? מיר האלטען דאך היינט שוין אסאך ווייטער און טיפער, ווי מ'האט דעמאלטס גזאגט אז ר' שמואל יעקב וועט אונז אפ פירן ?!


אהבה_ואחוה

______________________________________________________
21:8 28/4/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
קאנדהאר,
אפשר ביזטו מסביר וואס 'קופות חולים' איז?
איך בין היבש באהאוונט אין די פונדס וואס די רעגירונג אין מדינת ישראל פארטיילט, דאכט זיך מיר אז עס איז נישטא אזא פונד פון 'קופות חולים'.
'קופת חולים' איז א העלט פלאן וואס יעדער בירגער צאלט פאר די מדינה און דערפאר באקומט ער פון איינע פון די העלט קאמפאניס וואס ער וועלט זיך אויס דוקטורים און מעדיצינען.
מאקסימום וואס עס קען זיין איז אז די העלט-פלאן/אינשורענס קאמפאני האט אריין געלייגט ביי זיי אן עדווערטייזמענט אזוי ווי עס איז נהוג ביי געווענליכע אויסגאבען אז עס שטייט אז דאס איז געספאנסערט ביי 'תנובה' מילך קאמפאני, אדער 'קופת חולים מאוחדת'.
נו, די יוד נעמט נישט אן קיין אדווערטייזמענט פון קיין ישראלישע קאמפאניס?

כורמיזא
[
________________________________________________________
21:25 28/4/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
כורמיזא, וואס קריכסטו אוועק פונעם פאינט.

איך האב דען געזאגט אז קופות חולים איז טריפה.
האב איך דען געזאגט אז קופות חולים איז נישט פון די מדינה יא פון די מדינה, דעי פראגראם אדער יענע פראגראם?

איז דאס די פאינט וואס קופות חולים איז.
די פאינט איז, אז אין תולדות אהרן איז עס געווען חזיר-טריפה אלע יארן. פארוואס ווייס איך נישט, און ס'איז נישט מיין ביזנעס צי איז טאקע טריפה אדער נישט.

אבער דאס איז יא מיין ביזנעס, אז דוד קאהן איז א היפאקריט! א פאראזיט און א צבוע'ק פון ערגסטן סארט.

יארן שרייט ער אז זיין ברידער איז א שייגעץ און דא טוט ער פיל ערגערס!

כורמיזא, נאכאמאל, מעגסט מיך קריטיקירן, אבער נאר צי דער זאך.
קאנדאהאר
____________________________________________________

21:38 28/4/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
קופת חולים איז פארבינדען מיט ביטוח לאומי. ווער עס נעמט נישט קיין ביטוח לאומי, דער נעמט אויך נישט קיין קופת חולים.

דער תולדות אהרן רבי זצ"ל איז גשטאנען אויף דעם ענין פעלזען פעסט אז קיינער פון זיין קהלה זאל נישט נעמען קיין ביטוח לאומי, און אויך נישט קיין קופת חולים, חוץ דעם טעם פון קנאות, האט ער אויך גהאקט אויף קופת חולים עקסטער, ווייל ער האט גהאלטען אז ס'איז א פגם און אמונה און בטחון, און דאס איז א דבר ידוע ומפורסם ביי אלע וואס האבען נאר גשמעקט אפילו א ביסל און תולדות אהרן, אז קופת חולים איז טרייף חזיר.

אסאך יונגעלייט פון תו"א, בליטיגע ארעמעלייט האבן זיך גשפארט דאס ביסן פון מויל, און זיך אנגמאכט חובות, אבי נישט צו נעמען קיין קופת חולים, מיט די ידיעה אז מ'וועט זיך נישט קענען באווייזען דאס פנים פאר'ן רבי'ן טאמער מ'האט יא גנומען. (מ'קען זיך אפשר מחולק זיין מיט די אידילאגיע, אבער דאס איז דער פאקט !)

און יעצט, לא די וואס ר' דוד האט דאס מתיר גוועהן עמטליך, גייט מען נאך און מנעמט א ספאנסער פון קופת חולים אויף א בראשור פון דיי הייליגע תולדות אהרן מוסדות, איז דאס א בגידה נוראה, שאין לתאר במילים, און פריערדיגן תו"א רבי זצ"ל, און אויך גמאכט ליצנות פון די קנאים, די חסידים וואס האבען מיט א תמימות גפאלגט און זיך ממש מוסר נפש גוועהן אויף די ווערטער פון זייער רבי'ן זצ"ל

און יעצט איז הדרא קושיא לדוכתיה, ס'איז צוריק שווער די קשיא: אויב נישט פאר קנאות, פארוואס האט מען ארויס גטריבען ווי א הינט דעם עלטערן ברידער מיט אזא חילול ה' ?
אהבה_ואחוה

__________________________________________________
21:38 28/4/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
יעצט ווער איך גוואהר אז און דעם זשורנאל, האבען זיי אויך אריינגלייט עמטליך בילדער פון דוד'ן.

ווער עס ווייסט וואס ס'מיינט (בעסער גזאגט: וואס "האט" גמיינט) בילדער און תולדות אהרן, ביים פריערדיגן רבי'ן זצ"ל, דער קען פארשטיין דעם מורא'דיגן גליטש, און בארג אראפ, וואס דוד האט דא גמאכט.

ס'איז באקאנט ווי ווייט דער פריערדיגער תולדות אהרן רבי זצ"ל האט זיך ממש מוסר נפש גוועהן, אויף דעם ענין פון נישט נעמען בילדער, נישט פון עם און אויך נישט פונעם עולם. ווער עז איז נאר גוועהן און תולדות אהרן ביי שמחת בית השואבה, האט אוודאי אויף גזעהן דעם גרויסן סיין "לא לצלם" NO PICTHERS , אוןן טאמער איז איינער בטעות נכשל גווארען און דעם, וואס פאר א ויצעקו עס איז גווארען דארט, וואס כמה פעמים איז יענער ארויס קוים בשן ועין.

און פליצלונג דא, פאר א ביסל נארישע פראפאגאנדע, און אפשר אפאר דאלער אויך, גייט מען בשאט נפש און מ'צוברעכט אזא גדר, וואס דער אייגענער טאטע זצ"ל האט זיך אזוי מוסר נפש גוועהן אויף דעם ? איז דאס נישט קיין פשוט'ע ליצנות פון א אייגענעם טאטע'ן, נאכדערצו א גדול בישראל ?

און אנשטאט זיך שעמען מיט אזא זאך, שיקט מען נאך א זוהן, ער זאל ארום גיין זאגען און אלע כוללים, איז ער נעמט אחריות אויף דעם זשורנאל, און אלעס איז גמאכט מיט זיין הסכמה ? הזאת נעמי ?

איכה היתה לזונה, קריה נאמנה תולדות אהרן ? מי יחמול עליך ירושלים ?

נאכאמאל. ביי מיר איז בילדער נישט קיין שום חסרון. אדרבה ואדרבה, אבער אין ביי די הייליגע אהרע'לעך... ווי אלעס איז קודש קדשים, אייביג שרייען זיי אויף אנדערע און דא טוען זיי די זעלבע זאך, זיי מעגן און אנדערע נישט - נאכדערצו ווען אלע זייערע רבנים זענען געווען דערקעגען, אנגעהויבן פונעם שומר אמונים און ביים דברי אמונה איז עס געווען טריפה -

קאנדאהאר

__________________________________________________
22:36 28/4/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
ליינטס די מעסעדשזעס

גערעכט צו נישט גערעכט
איז אמת אדער איז עס גאר שקר
מעג מען צו מ'טאר נישט
הייסט עס קופת חולים צו ביטוח לאומי
מדינה'ס געלד אדער יידיש געלט
פאר ביזנעס אדער פאר די ישיבה
א באצאלטע אנאנס אדער א נדבה

גיוואאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאלד!
אוי מה היה לנו
מרייסט קריעה בציבור

דאס הייסט אין סאטמאר קנאות

ביי די רעשט וועלט הייסט דאס:
משוגע מטורף כי לעולם חסדו


Baachi
________________________________________________
23:9 28/4/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
קאנדאהר,
די קומסט ארויס מיט א באמבאסטישע נייעס 'אין תולדות אהרן רייסט מען קריעה' מ'נעמט געלד פון מדינה.
דעריבער קודם האב איך געוואלט מאכען אביסעל סדר.

נעמען געלד פון מדינה מיינט משרד החינוך אדער די מחמירים נעמען נישט פון ערייה אויך נישט. אזוי איז עס מפורסם אין די גאנצע וועלד, און ווען א פשוטע אמעריקאנער עפענט אויף די נייעס פון הייד פארק און זעט 'תולדות אהרן נעמט געלד פון מדינה' איז עס פשוט שקר.

נאכדעם וואס איך האב געזעהן וואס דו שרייבסט דא צוריק אויף מיין הודעה, האב איך געפרעגט א תולדות אהרן יונגערמאן, ס'איז אמת אז עס איז טאקע אזא שערורייה, זאגט ער מיר אז יא עס באדערט שטארק פאר'ן עולם ווייל ביי זיי איז אסור 'קופת חולים' און עס איז נאך דא מענטשען ביי זיי וואס נוצען דאס נישט.

איך האב באמערקט ביי אים אז די עיקר באדערט אים אז תולדות אברהם יצחק וועט שוין האבען וואס צו זאגען.

בכל אופן, פרעג איך אים צו מ'גייט ווארפען מענטשען פון תולדות אהרן פאר דעים, זאגט אז די רבי האט געבעטען מ'זאל ווארטן ביז ער קומט צוריק.

איך ווי א מענטש פון גאס קוק אן די מעשה, מ'האט אויפגענומען א יונגער מאן זאל שאפען געלד פאר קרן הבנין, די יונגער מאן ווייסט נישט די כללים פון וועם מ'מעג יא נעמען אדווערטייזמענט און פון וועם נישט איז ער דארעך געפאלען מיט א ביטערען טעות און ער האט אנגענומען אן אדווערטייזמענט פון 'קופת חולים' וואס קומענדיגע מאל וועט ער שוין וויסען אז ער דארף זיך אכטונג געבען.
די טעות געשעהט ביי גרעסערע חסידות'ן פון תולדות אהרן, מ'זאגט נישט אן פונקטלך פאר די יונגעלייט וואס זיי מעגען שרייבען אין די אויסגאבעס און עס קומעט ארויס פראבלעמען צווישען איין חסידות און די צווייטע, און מ'שיקט אריין א התנצלות און עס גייט נישט פארקומען נאכאמאל און דא ענדיגט זיך די מעשה.
צו גיין זאגען אז ר' דוד כהן האט געטוישט די מהלך איז א געלעכטער, ווייל די מציאות איז גאר אנדערש (פאר דער וואס ווייזט וויאזוי עס איז ביי אנדערע קרייזען) ר' דוד קען נישט נעמען אחריות ווייל עפעס א יונגעמאנטשיק האט אזוי געטוהן על דעת עצמו.

דאס זעלבע איז בנוגע כאפען בילדער וואס עס מיינט נישט ווייל איינער לייגט אריין בילדער איז עס געווארען מותר, דער פראבלעם איז דא ביי אנדערע קרייזען אויך וואס די רבי'ס זענען שטארק דערגעגען און די פאנד רעיזער פרעגען נישט קיין קשיות נאר זיי באנוצען זיך דערמיט.

אויב די האסט עפעס קעגען ר' דוד כהן דארפסטו נישט שרייבען בעקיפין גיי גלייך צום ענין 'גזלן' 'גנב' ועוד שמות נרדפים. איך זיך דיר נישט צו קריטיקירען און אויב איך בין פוגע אין דיר איז נישט דאס מיין כוונה, איך וויל פשוט די עולם זאל קענען קלאר זען דעם בילד.

=

בנוגע משנה זיין פון וויאזוי זיין טאטע האט זיך געפירט איז ער אויך בארעכטיגט, ער איז היינט צו טאג די איינציגע סמכות אין זיין קרייז וואס קען משנה זיין כל זמן עס איז נישט נגד התורה

כורמיזא
________________________________________-

23:35 28/4/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
איך בין נישט באהאווענט אין די פרשה אין ווייס נישט ווער עס איז גערעכט אין ווער נישט
אבער צו רופען א רבי פון חסידים מיטן נאמען און אפילו דעם מינימום ר איז מבזה דעם שרייבער אין נישט דעם רבי
yeedle

23:41 28/4/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
כורמיזא,
כ"ק אדמו"ר מתו"א און אלע זיינע חסידים האקן אויף כ"ק אדמו"ר מתוא"י מיטן ערגסטן, האבן אנגעמאכט א מחלוקה עד לב השמים.

איינמאל האט מען אפילו געפאסט אין תולדות אהרן א געהעריגע תענית, און מ'האט געוויינט און געזאגט ויחל (כ'מיין ס'איז ערגער ווי קריעה רייסן), ווייל כלומר'שט האט ר' שמואל יעקב געטאן עפעס אזוי געפערליך...

ווי עס שטעלט זיך ארויס איז ר' דוד קאהן מיט גארנישט בעסער פון זיין ברידער. ער איז אויך משנה, ווען עס קומט אים גוט אויס.
ער נעמט אויך געלט פון אלע מקורות וואס געבן נאר.
ער פארט ארום אויף איטאליע, אויף מעקסיקא, אויף אלע שווארצע רוחות... (הלואוי ווען איך קען אויך פארן און מאכן מיליאנען)

און די זאגסט מיר נאך אז ער ווייס פון גארנישט.
עפעס א יונגערמאן האט געשאפן געלט...
עפעס א יונגערמאן האט געמאכט בילדער...
עפעס א יונגערמאן איז געשטאנען פאר תולדות אהרן אין בעלזא נאך געלט.
עפעס איינער האט אראנזשירט ער זאל פארן אויף מעקסיקא און איטאליע און ווייסיך ווי.

(מעקסיקא איז נישט קיין פראבלעם. אבער ווען ר' שמואל יעקב גייט קיין פלעטבוש רייסט מען אים אראפ און מ'איז גוזר תענית...)

דאס איז היינטיגע קנאות און קדושה! WHAT A JOKE
געב מיר א BREAK
moshe_leib

0:16 29/4/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
משה_לייב

האסט גיט צוגעטראפן. סאיז א JOKE
נאר נישט היינט, אלעמאהל אזוי געווען.
פנחס איז געוועהן א קנאי, האט ער געהאט א בפירושע הלכה פון קנאים פוגעים בו. וואס האט ער געטוהן?

ער האט געזעהט משה שווייגט,

אוי וויי די גדולים שווייגן
זיי האבן מורא
זיי בוקען זיך צום צלם
זיי זענען געכאפט אין מינות
גיוואאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאלד!


ער איז געגאנגען פרעגן משה'ן
צו מעג איך עס טוהן?

דאס הייסט אמתער קנאות
דער סימן דערפון איז "רבנו כך מקובלני ממך?


דער פאלשער מין קנאות וואס דו זעהסט דא איז
וואס איך טו מעג מען, וואס יענער טוט טאר מען נישט
אנוכי ולא יהי-ה לך
דער סימן היכר פון דעהם איז "רבנו סר מן הדרך"

דרך אגב, ר' דוד שליט"א איז א יוד אצדיק. ער איז אליין געפאנגען ביי די שקצים. זיי האבן נישט געוואלט ר' שמואל יעקב ווייל ער האט זיי נישט געלאזט בעלעבאטווען אויף איהם.

איך ווייס פון זיינע נאהנטע מענטשען אז דער ר' דוד האט זעהר נישט געוואלט איבער נעמען די הנהגה. טאקע צוליעב דעם ברידער. נאר ער האט געזעהן אז דעם ברידער וועט מען בשום אופן נישט נעמען, האט ער למען החבורה איבער גענומען.

עס טוט אים באמת וויי די גאנצע מחלוקה, אבער יעצט זעהט יעדער אז ער איז קנאפ באלעבאס דארט.


Baachi

0:24 29/4/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
כורמייזא
לאמיר מאכן סדר און די ענינים,

א) דו אליינס שרייבסט אז דו האסט גרעדט מיט א תולדות אהרן יונגרמאן, און ער האט דיר מודה גוועהן אויף די אלע זאכען.

ב) ווייטער שרייבסטו: אז ר' דוד ווייס פון גארנישט.
עפעס א יונגערמאן האט געשאפן געלט...
עפעס א יונגערמאן האט געמאכט בילדער...

ווער עס קען תולדות אהרן, ווייסט אז ס'איז נישט מעגליך פאר סיי וועמען פון דארט, דורך צו פאלען מיט קיין איינע פון די זאכען וואס האט פאסירט יעצט (פונקט ווי א סאטמאר'ר וועט נישט בטעות גיין צו די בחירות און ארץ ישראל, אבער צום כותל), ווייל די אלע זאכן זענען דער אנכי ולא יהיה לך פון תולדות אהרן אלע יאהרן. ס'מוז זיין אז מ'האט מחליט גוועהן צו טוישען די פאלעסי, און מעתה איז דא א נייער דרך, און גענדיגט מיט דעם קנאות.

נאכדעם, דו זאגסט אז ר' דוד ווייסט פון גארנישט, אויב אזוי פארוואס האט ער גשיקט זיין זוהן זאל ארום גיין אין די כוללים מודיע זיין אז ער אליין שטייט אונטער דעם, און ווער ס'רעדט אויף דעם בראשור וכו' וועט פליען. יעדער בר דעת פארשטייט דאך אז ס'וואלט גוועהן אסאך בעסער ער זאל זאגען אז ס'איז גוועהן א טעות, און ס'טוט עם וויי, און מער וועט דאס נישט פארקומען. פון אזעליכע ווערטער וואלט דער עולם זיך אסאך מער באראויגט, און נישט גקריצט מיט די ציין ווי יעצט, אלא מאי, פון דאנעט זעהט מען אז סוף מעשה במחשבה תחילה, און ס'בלאזען און תולדות אהרן פרישע ווינטען.....

והדרא קושיא לדוכתיה, וואס האט אויס גפעלט דער חילול ה' פון 7-8 יאהר צוריק ? אויף וואס, און פאר וואס האט מען זיך גשלאגען, און מבזה גוועהן כאחד הריקים דעם נישט קנאי'דיגן (?) ר' שמואל יעקב ???????

אויף וועלעכע סיבה האט מען גדארפט מאכען א ספעשעל אימפארט פון מאנסי, ברענגען דעם "גרויסען קנאי (?)" דעם יונגערן ר' דוד'ן, נאכען זיצען דארט איבער 20 יאהר ??????

אגב, די פאליציי האבען נישט גדארפט אריין פירען ר' דוד'ן מיט קייטען צו די רביסטעווע, ער האט גקענט דעם וועג אליינס, וד"ל ........

תוקן על ידי - אהבה_ואחוה - 29/04/2004 0:31:47
אהבה_ואחוה

זשוליאני08 » 6/4/2005 03:32

ס'איז שוין אלט אלט
וואס האסטו דיך יעצט דערמאנט דערפון?

זאליweaky » 6/4/2005 04:14

עס איז דא א באקאנטער וויץ, אז איינער האט אמאל געזאגט פאר זיין בעל חוב אז ער באצאלט נישט קיין אלטע חובות.
פרעגט ער אים, "כ'האב דיך דאך פאריגע וואך געבארגט געלט ?".

"דאס ווארט איך אז ס'זאל אלט ווערן"...

רעכטערמשה » 6/4/2005 17:13

וואס איז יעצט געשען???

יוסף90 » 15/4/2005 03:01

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

רעכטערמשה » 21/4/2005 04:54

תולדות אברהם יצחק - קלויזנבורג
[בילד – נישט אפגעהיט]

babyfish » 22/4/2005 14:54

ימין משה

פון באלד 4 וואכן האט דיר געדויערט אפיר צו קראצן א בילד פון פון דוד קאהן'ס עלטסטער ברודער ?

און פון וועמען?
פון קלויזענבורג
איז נישט קיין סוד אז ער האט נישט פארפעלט א חו"ר שיעור אין קלויזנבורג
און עס איז נישט קיין סוד אז ער זאגט אייביג נאך פון "שפע חיים" און "דברי יציב"
אז ס'שטייט אין די הייליגע ספרים
און רוב תורתו וחכמתו קומט פון דארט
איך געדענק נאך אין מאנסי פלעג איך עסן ביי איהם
און אויפן טיש זענען געוועזן די הייליגע ספרים פון הייליגן קלויזנבורגער רבי


[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]



http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=3&topic_id=616731



http://www.hydepark.co.il/hydepark/topicarc.asp?whichpage=1&topic_id=740714

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=2&topic_id=585460