היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ניי ביי גוגל: א בילד פון אייער הויז

ניי ביי גוגל: א בילד פון אייער הויז

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1334505

קריתיואלער » 5/4/2005 06:51

געבענטשט זאל זיין גוגל.

זייט גוגל איז אויפגעקומען איז בטל געווארן די ווערטל "בחנם באקומט מען כינים", ווייל גוגל אפפערט יעדע זאך וואס אנדערע בעטן געלט פאר פרי, און אלע אנדערע קאמפעניס מוזן זיי נאכטון.

גוגל האט שוין פונלאנג די בעסטע סוירטש ענדזשין.

זיי האבן די וואך אנגעפאנגען צו אפפערן צוויי גיג פאר פרי אויף אי מעיל.

היינט זענען זיי געקומען מיט א נייע סערוויס, מען קען זען א פונקטליכע און קלארע פיקטשער פון יעדע פלאץ וואו מען וויל פארן, איבעראל אין אמעריקע.

אדרבא פראבירטס עס אויס. איר וועט שטוינען.

ס'איז בעסער פון אלע אנדערע סאטעלייט פיקטשערס וואס זענען געווען אויף די נעט ביז יעצט.

גייטס צו
http://maps.google.com/
און זוכטס אויף אייער הויז.

קריתיואלער » 5/4/2005 07:42

בכלל זענען זייערע מעפס און סאטעלייט פיקטשערס סאך בעסער פון אלע אנדערע, ווייל מען קען עס רוקן פונקט ווי א געהעריגע מעפ, און מען דארף נישט ווארטן ביז ווילאנג א נייע פעידזש לאודט זיך ווען מען רוקט די מעפ.

אויך איז עס סאך קלארער און פונקטליכער ווי אנדערע מעפס.

איין פראבלעם האט עס נאך דערווייל אז אויף אסאך פלעצער איז די מעפ נאכנישט גענוג אפדעיטעד מיט נייע גאסן.

זשוליאני08 » 6/4/2005 02:04

פומבדיתא » 6/4/2005 02:42

ווי עס קוקט אויס זענען די מעפס בערך 5 יאר צוריק אבער עס איז געוואלדיג.

בדעבד » 6/4/2005 02:57

ישר כח קרית יואל'ער:

איך זיץ שוין צוגעשמיד צום קאמפויטער א האלבער שעה, ס'איז געוואלדיג.

13 הופער מיט 152 ראדני איז שווער צו פארגלייכן פון אינדרויסן ווייל ביידע זענען איינגעגלידערט צווישען בנינים, אבער זייענדיג אויף גארפיל פון דער הייעך, האב איך געגליסט צו נעמען דאס הייזקע פון קהל ויואל משה און דאס אריינפארקירן ערגעצוואו אויף דער לינקע זיין פון די פארקינג לאט פון דעם ווייסן שול.

דאס פאלגענדע וועט ווערן א נארמאלער ערשיינונג:

וואו מאכט דער רבי חתונה?

אה, איך יוניידעט פלאזא! (נאמען פאברעצירט דורך PR שע"י וועד החתונה)

ווי איז דאס?

דארט אויף די זיבעציגסטער גאס.

ווארט איין סעקונדע איך זוך דאס שוין נאך אויף גאגעל.

עהההה, דאס מקום איז דאך פיצל!!!

ע"כ וויאזוי דער וועלט גייט זיך טוישן. דער עולם גייט איינמאל פאר אלעמאל אנהייבן לעבן אין ריעלעטי (עכ"פ מיט דער ענין פון שטח)

צוויי! דריי! פיר! הונדערט טויזענט סקווער פיס! גענדיגט מיט די באבקעס.

נ.ב. ווי איך פארשטיי, קען מען נישט אנגעבן א לינק אויף א געוויסער מקום. דאס איז א גרויסע שאד פאר בלאגער'ס.

זאליweaky » 6/4/2005 03:11

די מאפעס זענען זייער נישט גוט אין קרית יואל.

דער גרויסער ביהמ"ד אין קרית יואל איז אויף 60 גארפיעלד !

(ס'קוקט אויס ווי זיי נוצן די געווענליכע פארמולא צו צוטיילן די סטריט'ס, אינדערצייט וואס אין קר"י רעכנט מען אינגאנצן אנדערש)

פייפ_ליין » 6/4/2005 06:23

בדעבד:
עס איז דא א אפשען צו באקומען א דיירעקט לינק צו וואס די ווילסט.
ביי די רעכטע זייט אויבן דריק link this page.

איך האב יעצט פראבלעמס מיט קוקן די סאטעליט מעפס, האט נאך איינער די פראבלעם?

ekstein » 6/4/2005 07:36

ווען מען גייט אריין צו דעפרטמענט אויף בילדינגס קענסטו פינקליך זען יעדע הייזקע אין ניו יארק סיטי די פינקליכע סקווער פיס אין מיט אסעטלייט זעט מען נאר א בילד וואס מען קען עס פארקלענערן אין פארגרעסען לויטן געשמאק אין נישט פינקטליך
די אפדעיט פין דעם סעטלייט איז ווי עס קוקט אויס פין תשס"א

13Hooper » 6/4/2005 07:56

איך האב פינקט נעכטען געזיכט אויף nyc.gov צו טרעפען די דימענשעןס פון א פראפערטי איך האב נישט געטראפען

איך האב עס אמאל געזעהן ביי א ריעל עסטעיט קען זיין עס איז א ספעשיל סערוויס

עקשטיין אדער א אנדערער מומחה ביטע שיקען א לינק אין אישית ווייל דא איז עס שלא מענין

ישר כוחך