טאהשער רבי אין קרית יואל קומענדיגע וואך
31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1334183
כ'האב יעצט געהערט פון איינעם אז ס'הייסט אז כ"ק אדמור מטאהש שליט"א קומט קין קרית יואל צו די נייע טאהש'ער ביהמ"ד אויף סאטמאר קארנער ארשיווע.
עס ווערט ערווערטארט א הערליכע באזוך ביי כק הגאבד שליטא.
איינער ווייסט מער פרטים????
יא רבותי ס'איז קראנט,ער קומט אויף א געהויבענע ספעציעלע באזוך ,אין שטוב פון הנגיד וטפסר, הרבני התורני, ר' אברהם יהודא גאלדבערגער,וואס ער איז פון די גרעסטע מקורבים צום טאהשער רבי'ן שליט"א.
מער פרטים ערווארטעט און די קומענדיגע טעג.
תוקן על ידי - ארענדאר - 06/04/2005 1:20:51
HE'S COMING SUNDAY NIGHT
how long is he staying and where is he going to be besides monroe?
א גרויסע שמחה הערשט אין גאנץ שטעטל איבער די אנקום פון טאהשע רבי שליט"א
יהא בואו לברכה
[בילד – נישט אפגעהיט]
פרישע דיטעלס.
סדר פונעם באזוך.
נאכמיטאג וועט ער זיין ביי הרב יודא גאלדבערגער שליט"א.
נאכדעם וועט זיין דער באזוך ביים מרא דאתרא על אפם וחמתם פון די זאליס.
און נאכדעם וועט זיין דער מעמד און טאשער בית המדרש.
פרישע נייעס,
כ"ק אדמו"ר מ'טאהש, וועט אפשר בלייבן און קרית יואל אויף מאנטאג,צו א מסיבה ביי ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש נ"י.
בזמן שהצדיק בעיר, הוא הודה, הוא זיוה, הוא הדרה.
נישט אפשר.
כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מטאהש שליט"א וועט זיין אין קרית יואל 2 טעג.
מאנטאג וועט זיין די אכסני' ביי הרבני הגניד המפואר ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש שליט"א וועלכער שטעלט צו א מסיבה להחזקת המוסדות הק' בקרית טאהש.
די דארטיגע מסיבה וועט זיין א געלגענהייט פאר אלע קרית יואל'ער אידן וועלכע זענען מקושר צום טאהשער רבי'ן שליט"א און זענען זיך מסתופף בצילו הק', צו קענען מהנה זיין דעם צדיק אמת און האבן די געלגענהייט להתברך מברכותיו הקדושים.
די ווילידזש האט זיך ב"ה זייער שיין צוגעשטעלט, די פאבליק סעיפטי קאנטראלט די טרעפיק אויף סאטמער דר. א גאנצן טאג, צו העלפן מיט די צוגרייטונגען ביי די טאהשע שול.
עסקנים ארבעטן כמעט אן אויפהער זייט דאנערשטיג נאכט, צו צוגרייטן די בית המדרש.
א ריזיגע טענט איז היינט אויפגעשטעלט געווארן לעבן די ביהמ"ד אז דער ריזיגער עולם וואס וועט קומען צו די קבלת פנים זאל האבן וואו מיט צו האלטן די מעמד.
די פיקטשערס וואס איך לייג ארויף זענען פון פרייטיג און מוצ"ש, ווער ס'האט בילדער פון היינט זאל זיי מוחל ארויפלייגן
[בילד – נישט אפגעהיט]
די פרנטשעס זענען שוין אנגעגרייט אין פראנט פון ביהמ"ד
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
לעצטע דעטאלן
בערך 5 אזייגער איז כ"ק אדמו"ר מטאהש אנגעקומען צום בית וועד לחכמים פון הנגיד הרב יודא גאלדבערגער שליט"א,דארט איז תיכף געווען א הערליכער באזוך פונעם רב שליט"א, נאכדעם איז געווען א הערליכע סעודת ראש חודש,נאכדעם איז געווען א פאר שעה וואס אלע נגידים האבן זיך געזעגנט און דער טאהשער רבי האט מאציל געווען מברכותיו הטהורים,נאכדעם איז געווען א הערליכער באזוך ביים רב און שטוב אויף צאנז קט.
יעצט איז דער רבי אנגעקומען צום טאהשער בית המדרש,ווי די שמחה איז אין לשער.
באקומען אין תיבה אישית:
עס איז געווען גאר א הערליכער מעמד. דער רבי איז אנגעקומען צום טאהשער ביהמ"ד ארום פינף נאך עלף, מען האט ממש נישט געקענט אטעמען אין ביהמ"ד, הונדערטער אידן האבן שוין געווארט זייט זיבן אזייגער! ווען דער רבי איז אנגעקומען וינועו אמות הסיפים, די גאנצע ביהמ"ד און אלע ארומיגע גאסן האבן זיך געהויבן פון די טענץ, מען האט געזינגען ניגונים, דער רבי האט גערעדט בערך צען מינוט געבנדיג דברות קודש ודברי ברכה. ביים אנפאנג פון די דרשה האט ער מקדים געווען אז ער האלט נאך פאר מעריב און ער יאגט זיך.
דער רבי האט געטאנצן מיט'ן ציבור, די פרייליכע קולות זענען געווען עד לב השמים, מען האט געהערט די מוזיק איבער'ן גאנצן שטאט און די גאנצע שטאט איז געווען איינגעהילט אין א גרויסע שמחה. עס זענען געווען מייקס אינדרויסן פאר די הונדערטער וואס האבן נישט געהאט קיין פלאץ.
א חלק עולם איז דורכגעגאנגען געבן די הענט נאך די דרשה, דערנאך האט מען געדאוונט מעריב. אויף מעריב האט מען שוין געעפנט די טירן, נאך מעריב האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויפ'ן ארון קודש און געוואונטשן בכלליות. דערנאך איז מען געפארן צו הרבני הנגיד ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש.
היינט ארום 10:30 איז שחרית אין טאהשער ביהמ"ד, נאכ'ן דאווענען גייט דער רבי אויפנעמען נאר פאראויס באשטעלטע נגידים.
טאהשער חסידים ומעריצים שוועבן אין די לופטן פון דעם הערליכן באזוך.
בשם תושבי קרית יואל דארפן מיר אויסדרוקן א הערצליכן דאנק פאר די גבאים פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, פאר'ן ברענגען דעם רבי'ן קיין קרית יואל.
אזוי האבן מיר די מעגליכקייט צו ווייזן פאר די קינדער דעם געשטאלט פון א צדיק פון פריערדיגן דור.
דאס דארף אויך דינען אלס לעקציע פאר אלע אנדערע היימישע רבנים ואדמורי"ם זיי זאלן מער אפט קומען קיין קרית יואל פראווענען, זיי וועלן אי"ה אלע מצליח זיין.
נאך א לעקציע פאר אלע רבנים, אויב וועלן זיי קומען אפגעבן דעם כבוד הראוי פארן מרא דאתרא שליט"א וועלן זיי אי"ה שטארק מצליח זיין, אויב וועלן זיי קומען און מאכן ביליגע ליצנות פונעם מרא דאתרא וועלן זיי אזוי אפשניידן ווי דער תו"א רבי וואס איז נעבעך אוועק פון שטעטל אבל וחפי ראש.
יענקעלע 11
די רבנים וואס זיצען אויף הייד פארק קומען נישט אזוי שנעל קיין קרית יואל
אה יעס, דער גרז"ל טייטלבוים, וואס איז כסדר אויף היידפארק פארט גאנץ אפט קיין קרית יואל, און קומט טאקען כסדר צוריק אבל וחפי ראש...
יענקעלע, דער גרז"ל טייטלבוים, -ווי די רופסט עם- איז דען א רב, ספוט האט גערעדט פון רבנים.
In the meantime all Rabunim INCLUDING the T"A rebbeh, came crawling to the local Ruv
דערווייל זע איך אז דער "מר"ה דאתרא" איז געקומען אפגעבן דעם כבוד הראוי פאר כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מטאהש שליט"א.
יא! וויפיל כוחות האבן די בני אהרן פארלייגט אז דער רבי שליט"א זאל תיכף ביים אנקומען אין שטעטל גיין באזוכן דעם "מר"ה דאתרא" אבער מען האט זיי געזאגט א גרויסן לא!
נאכמער. די גבאים האבן זיי קלאר געזאגט, אז דער רבי שליט"א וועט "צוריקגיין" אויף א באזוך ביים "מר"ה דאתרא" נאכדעם וואס דער "מר"ה דאתרא" וועט קומען צום רבי'ן שליט"א. אויב נישט איז נישטא קיין באזוך.
וכך הוה. דער "מר"ה דאתרא" האט זיך געמוזט ברעכן זיין שטאלצקייט און געגאנגען צום רבי'ן שליט"א (אגב, קעגן וועמען ער האט שוין מער ווי איינמאל זיך צופירט זיין מויל) און שפעטער איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום "מר"ה דאתרא"...
אגב, זעט אויס אז עס ליגט נאך דעם ביטערן נאך-טעם אין מויל פון די בני אהרן פון דעם מעכטיגן באזוך פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אין קרית יואל, אז ווען אימער רעדן זיי נאך פונעם "דורכפאל"... (הלואי אלע רבי'ס אזעלכע דורכפאלן).
דער טאהשער רבי שליט"א איז נערץ ונקדש אין די גאנצע אידישע וועלט, נישט קיין חילוק צי דער "מר"ה דאתרא" שטעלט זיך צו צי נישט. און אפילו אויב די פאבליק סעיפטי וואלט זיך נישט צוגעשטעלט צום באזוך...
און איך האב געהערט אז דער רב האט געוואלט גיין באזוכן דעם טאשער רבי שליט"א מיט א שטרויענעם היט און מיט פאפאטשען, און אזוי ווי דער טאשער רבי האט דאס געהערט האט ער גענומען מאכן קולות אז ער וועט עם נישט צוריק באזוכן, און וואס מיינט עטץ, דער רב האט זיך געבראכן זיין שטאלצקייט און געמוזט קומען מיט זיין ביבער היט און מיט גיהעריגע שיך, אזוי זאל עם אויסגיין, (און די מעשה איז 100% קראנט, איר קענט אייך נאכפרעגן אז ער איז געווען מיט זיין ביבער היט און מיט גיהעריגע שיך).
BY THE WAY, איר קענט זען דאס גיטסקייט פון די זאלונים, זיי וואונטשן יעדען רבי די הצלחה וואס דער תו"א רבי האט געהאט אין קרית יואל, אבי זלמן לייב זאל נישט זיין אליין מיט זיינע דורכפעלער.
קרית_יואל שרייבט,
דער טאהשער רבי שליט"א איז נערץ ונקדש אין די גאנצע אידישע וועלט, נישט קיין חילוק צי דער "מר"ה דאתרא" שטעלט זיך צו צי נישט. און אפילו אויב די פאבליק סעיפטי וואלט זיך נישט צוגעשטעלט צום באזוך...
ווי נערץ ווען נערץ, ווי אזוי קענסטו שרייבן אויף טאשער רבי נערץ ונקדש ווען בשאט נפש געגאנגען צו דעם הולך לערכאות, ווייסט ער דען נישט אז מיט דעם איז ער מייקר שם אלילים, און וואס טיט זיך מיט מכבד זיין איינעם וואס איז זיך מתחצף פאר זיין טאטן, איז דאס דען נישט געגעבן חיזוק פאר אזא בעל עבירה.
תוקן על ידי - yosefelye - 11/04/2005 19:10:56
סטאפטס זאפארט!
טאהשער רבי איז הייליג ביי יעדן סאטמארער איד און די וואס דרייען דא אריין פאליטיק טוען א נארישקייט (איידל גערעדט).
גענוג אז מען שלאגט זיך אין סאטמאר דארט וואו מען שלאגט זיך, פארוואס מאכן פרישע מחלוקת'ן דארט וואו מען שלאגט זיך נישט.
קיינער דארף נישט פרעגן קיין רשות צו קומען קיין קרית יואל, יעדער איינער איז דא וועלקאם.
קרית יואל איז א שטאט פונקט ווי יעדע אנדערע שטאט אין דער וועלט, און קרית יואל'ער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן נעמען אויף מיט גרויס כבוד יעדן ערליכן רב אשר לא כורע לבעל הציוני, וואס וויל דא קומען, און זאלן נישט קומען אזעלכע וואס וואוינען נישט אין קרית יואל, און קומען אריינזאגן א דעה אין אונזערע פריוואטע ענינים.
און אויב טאהש און תולדות אהרן זענען געקומען בעטן רשות, ווייזט דאס נאר אויף די מהות פון זייערע ראשי הקהלה, אז זיי זענען ערנסטע מענטשן.
ווי אויך לוינט זיך פאר איינעם צו בעטן רשות, ווייל מען גיט עס גערן נאך פאר יעדן, און דערצו נוצט די ווילידזש אויס זייער אויטאריטי צו געבן כבוד מלכים פאר די רבנים וואס קומען דא באזוכן. דארף מען סתם זיין נאריש נישט צו בעטן.
און ווי יעדער זעט האט די ווילידזש צוגעשטעלט הערליכע מאטארקעידס פאר טאהש, און קהל האט זיי געגעבן די פארענטשעס פון בית המדרש.
באראש האט לעצטנס אנגעפאנגען צו בלאזן אויף אונזער פארום (קוקט אויס זייט מען האט געטוישט דעם נאמען פון דעם פארום) און ער שרייבט שוין מער נישטא,
אבער דא איז א פיקטשער וואס ער לייגט אין חדשות אנש פונעם הערליכן באזוך פון טאהשער רבי'ן ביים רב שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
די זעלבע בילד אביסל ליכטיגער
[בילד – נישט אפגעהיט]
די ווילידזש האט זיך זייער שיין צוגעשטעלט.
נעכטן ווען דער טאהשער רבי איז געפארן פון ר' אהרנ'ס הויז צו טאהשער שוהל, זענען אפגעשפארט געווארן אלע גאסן צווישן די הויז און די שוהל, אז די מאטארקעיד זאל קענען שנעל דורכפארן
אויף די פיקטשער זעט מען וויאזוי פאבליק סעיפטי שטייט אין פראנט פון יוסף פנחס סטרולאוויטש'ס הויז היינט ווען דער רבי איז דארט געווען.
היינט א גאנצע טאג האט פאבליק סעפטי צוגעשטעלט סעקיאריטי פאר דעם רבין און אויך א מאטערקעיד איבעראל ווי ער איז געפארן
תוקן על ידי - גולםקלאץ - 12/04/2005 3:43:24
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער רבי פארט דאווענען מיט א מאטארקעד אין קאר פון יוסף פנחס סטרולעוויטש
[בילד – נישט אפגעהיט]