מ'זאמלט שוין פעטישענס פאר וויליזש וואלן
24 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 25 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1331481
מ'זאמלט שוין פעטישענס פאר די קומענדיגע ווילידזש וואלן.
היינט איז איינער צוגעקומען צו מיר און בית המדרש, און איך האב שטאלצערהייט גע'חתמ'עט די פאפירן.
די קאנדידאטן זענען:
1) אברהם ווידער, דער מעיאר, לויפט פאר ווידערערוויילונג
2) יאנקל מיטלמאן, דעפיוטי מעיאר און טראסטי, לויפט פאר ווידערערוויילונג
3) שמואל אהרן לאנדא, טראסטי, לויפט פאר ווידערערוויילונג
ילכו מחיל אל חיל!
די אלייענס זוכט מיט ליכט קאנדידאטן, ווייל פנחס יאקאבאוויטש מוז ארויסשטעלן קאנדידאטן, כדי ער זאל קענען ווייזן פאר די אפגעפליקטע דעמאקראטן אין ארענדזש קאונטי וואס שיקן אים געלט, אז ער האט עפעס א כח.
די פאר הונדערט אפגעפליקטע מענטשן וואס קומען נעבעך ארויס וואוטן פאר די אלייענס, רעדן זיך איין אז זיי האבן עפעס א טשענס. זיי ווייסן נישט אז די איינציגסטע זאך וואס זיי טוען איז העלפן אנפילן די פריוואטע טאשן פון פנחס יאקאבאוויטש.
ער ווערט רייך אויפ'ן חשבון פון א פאר הונדערט נאראנים וועמען ער רעדט נאכאמאל און נאכאמאל איין פאר יעדע וואלן, אז דאסמאל גייט מען זיכער געווינען, יעצט גייט מען עס זיכער מאכן וועגן דאס און וועגן יענץ.
זייט מיר מוחל, רייך ווערן אויפן חשבון פונעם ציבור???!! איך זעה גוט???!! איז דאס א זאך וואס שטערט דיך??
אהא!!
האסט טאקע נישט געטראפן אין גאנץ קרית יואל איינער וואס ווערט רייך אויפן חשבון פונעם ציבור נאר פנחס יאקאבאוויטש, פססססססססססססססססססססססססססססססססס!
א חידוש!!!!
מאיר הירש קאלעקט שוין יארן מיליאנען דאלאר פונעם ציבור און דאס איז ביי דיר גאנישט? עס צינד אינגאנצו נישט אן קיין אלארם אין דיין מח???
די ווילידזש קאלעקט מיליאנען דאלער אין טעקסעס יעדעס יאר, און דער בודזשעט איז נישט צום באקומען, אויף גאנץ א קנאפער פראבלעם????
די סקול דיסטריקט קאלעקט צען מיליאן דאלער א יאר, און דער בודזשעט איז קלאסיפייד, וואס מיינט דאס פאר דיין פערדישער קאפ???
פארגעס נישט אז די צאלסט נאך צו שכר מלומדות אויך??!!! אויך נישט קיין פראבלעם ????????
און דער תירוץ אויף דעם אלעם איז אז פנחס יאקאבאוויטש ווערט רייך אויפן חשבון פונעם ציבור
עס איז נישט דא ווער עס זאל לאכן
איך זעה אז ס'האט געטראפן אין פינטל
יא יא פנחס שארט גרויסע געלטער אויפן חשבון פון די אלייענס וואטער'ס
און שקרים וועסטו פארקויפן פאר דיינע קעלבער ,אבער נישט דא אויף היידפארק
דער ווילידזש בודזשעט האט מענדל שווימער און יודל כהנא געזען 12 יאר.
און דער סקול דיסטריקט איז א אפענער דאקומענט,נאר אז ס'געפעלט נישט וואס דארט שטייט ,שרייט מען אז ס'איז קלאסיפייד.
ואחרון אחרון ח...
הירש שארט "פאר'ן ציבור" און פנחס שארט"פאר זעך"
איין מינוט:
די סקול דיסטריקט מאכט נישט מער ווי $10,000,000 א יאר ???
א שאד.
כ'האב געמיינט אז ס'איז פיל מער !!!
תוקן על ידי - זאליweaky - 05/04/2005 3:08:24
ירא הקהל וישפוט
ווער האט א פלאץ אין קרית יואל מאיר הירש אדער פנחס יאקאבוויטש
[בילד – נישט אפגעהיט]
די הייליגע הייליגע אלייענס אידן, וואס טוען נאר דעם רצון פון רביה"ק זצ"ל, ברענגען אונז נאכאמאל קיין קרית יואל די עקלדיגע פאליטישע שמוץ פון אלבאני און וואשינגטאן.
גיי ווייס פארוואס דארפן זיי ברענגען די דעמאקראטן קיין קרית יואל. איז נישט גענוג שלעכט אז זיי ברענגען אריין פאליטיק, מחלוקת און שנאת חנם קיין קרית יואל.
איז דאס וויאזוי דער רבי זי"ע האט געוואלט אז דער שטעטל זאל זיך פירן, פריימעריס, קאוקוסעס, קאנווענשאנס, דיבעיטס און אלע אנדערע שמוץ וואס קומט פאר ערגעץ אנדערש?
האט דער זקן פנחס יאקאבאוויטש, תלמיד חביב פון רביה"ק דאס געמיינט אין זיין בריוו צו דעם יוגנטליכן אברהם ווידער, ווען ער האט אים געשריבן אז די ווילידזש ווערט געפירט דורך יונגע חברה וואס פירן עס נישט ע"פ דרך רביה"ק, און מען דארף ארייננעמען עלטערע באזעסענע חברה ווי אים עס אנצופירן?
איז דאס געווען וואס רביה"ק זי"ע האט אנגעזאגט פאר זיין תלמידים חביבים פנחס יאקאבאוויטש און אלימלך שטערן, ווען ער האט זיי איבערגעגעבן די הנהגה און אחריות פון שטעטל, אז זיי זאלן אריינברענגען די דעמאקראטישע פארטיי אהער און מאכן פון קרית יואל א גוי'אישע שטאט מיט אלע מפרשים.
זאל יעדער זען וואספארא צבוע'קעס די הייליגע אלייענס אידן זענען.
מ"ה,
יא די ווילידזש, מאיר הירש, סקול דיסטריקט, קהל, ישיבה און ווער נישט, אלע נעמען זיי געלט.
אבער זיי געבן עס צוריק פאר'ן ציבור (אקעי, טאקע נאר פאר אהרונים, נו האסטו א ברירה צו ווערן אן אהרוני...) מיט אלע פראגראמען וואס איז היינט דא אין קרית יואל.
אבער פנחס יאקאבאוויטש נעמט און נעמט און נעמט, און אלעס גייט פאר אים און מאיר דייטש אין טאש אריין.
יא, אמת טאקע, ער קויפט אביסל פעמפערס און פאטעטעטאס פאר אפאר הונדערט דאלאר, און מיט דעם וויל ער משחד זיין זיינע נארישע נאכפאלגערס.
סארי פנחס יאקאבאוויטש, קרית יואל'ער אידן דארפן נישט קיין פעמפערס און פאטעיטאס. זיי ווילן דו זאלסט נעמען די הונדערטער טויזנטער דאלערס וואס דו רייסט פון די גאווערמענט, און עס צוטיילן פאר'ן ציבור (אקעי, נאר פאר די אלייענס וואוטערס, אבער עט ליסט פאר זיי...)
דו שלעפסט ארויס די אלייענס וואוטערס אין די היצן און די קעלט צו גיין וואוטן פאר דיינע קאנדידאטן וואס האבן נישט קיין טשענס אין העלל צו געווינען, זיי מוחל ווער נישט רייך אויך זייער חשבון, שעיר דיין רייכטום מיט זיי
נאך א מזל אז די אלייענס ברענגט אריין די נידעריגע געמיינע ליבעראלן קיין קרית יואל, ווייל דאס איז דאך זייער ציל צו מאכן קרית יואל פאר א ליבעראלע פלאץ, וואו דער באוואוסטער מושחת וועמען קהל באקעמפט, וועט קענען ווייטער אנגיין מיט'ן פארדארבן אידישע קינדער, און אויב איינער וועט אים וועלן עפעס זאגן, וועלן די קרית יואל'ער ליבעראלן זיך אננעמען פאר אים.
ווי יעדער וואס דרייט זיך דא אויף היידפארק זעט אוודאי זענען די זאליס דא די גרעסטע מושחתים. זיי דרייען זיך אויף די טריפה'נסטע פלעצער און זיי נעמען זיך אן פאר דעם מושחת אין זיין הייליגן קאמף קעגן דוד עקשטיין.
ס'איז דעריבער נישט קיין וואונדער אז זיי ברענגען די ליבעראלן קיין קרית יואל.
ווער וואלט זיך געגלייבט אז אין יאר 05', וועלן מענטשן אריינברענגען לינקע ליבעראלע פאליטיק קיין קרית יואל און נאך זיין שטאלץ דערמיט.
אלייענס מיט זייער מסירה פראפאגאנדע
[בילד – נישט אפגעהיט]
עס איז לעכערליך צו שרייבן "יחידים" "אפאר הינדערט" וכדו' אנדערע אויסדריקן אויף די אלייענס ווען פאקט בלייבט פאקט ביי די פאריג צוויי וואלן האבן זיי געהאט קרוב צו 2000 שטימען
דאס קען קיינער נישט אפלייקענען "אפילו א אשכול אין הייד פארק"
עס איז מער מענטשן וויפיל אב"ד קיט"ל בקר"י האט אין לונדון
מער ווי ער האט אין בני ברק
מער ווי ער האט אין ירושלים
מער ווי ער האט אין מונטריאל
מער ווי ער האט אין מאנסי
און אפשר גאר ווי אלע צוזאמען
שקר ווי די אשירה,
ביי אלע וואלן וואס זענען פארגעקומען די פארגאנגענע פיר יאר, האט ער געהאט עפעס איבער 1,000, און אויב שרייבסטו 2,000 קענסטו דאך פאר'ן זעלבן געלט שרייבן 10,000.
און לאמיר נישט פארגעסן אז קרית יואל איז א שטעטל וואו 5,000 מענטשן קומען ארויס שטימען.
און לאמיר נישט פארגעסן אז די אלייענס פאלט כסדר מיט וואוטערס. זיי האבן געהאט די מערסטע פיר יאר צוריק, ווען ס'איז געווען זייער יאר, און זייט דעמאלטס זענען זיי פותח והולך, כאטשיג קרית יואל איז שוין געוואקסן זייט דעמאלטס מיט 50 פראצענט.
און פון די 1,000 מענטשן וואס זיי האבן ארויסגעברענגט זענען רוב געווען:
טאהשער, תולדות אהרנ'ער, קאשויער, נטורי קרתא, און אלע אנדערע קליינע קהלות'לעך, וואס האבן שוין היינט א שיינע צאל אידן אין קרית יואל און האבן פיינט סאטמאר שנאת מות.
און יא, כמעט פארגעסן, עס איז אויך געווען א 300 סאטמארע חסידים צווישן זיי, וואס צווישן זיי זענען געווען משה פריעדמאן, מאיר ראטה ובניו, און נאך צענדליגער אנדערע וויליאמסבורגער אידן וואס זיי האבן ארויסגעברענגט אהער וואוטן.
קיין איינער וואס האט אויסגעפאלגט דעם הייליגן באפעל פון רביה"ק שליט"א, ארויסצוגיין שטימען פאר דעם סקול דיסטריקט, איז נישט געווען צווישן די וואס האבן געוואוט קעגן אברהם ווידער.
לויט ווי איך הער גייען 170 בחורל'עך און מיידלעך באקןמען סובפינעס אנגעהויבען פון ערב פסח רח''ל דןרך די טרןיעריגע בארימטע אלייענס ביי מיין שוואגער האט מען שוים נעכטען געקלאפט אויפען טיר
מסור פארוואס פארשטערסטו דעם יו''ט פאר יודען???
[בילד – נישט אפגעהיט]
די אלייענס איז געגאנגען א טריט ווייטער ,זיי טשאלענדזשן יונגע ווייבלעך וואס האבען יעצט חתונה געהאט,אז די נעמען שטימען נישט ,ווייל זיי האבען דאך א נייעם נאמען.
שומו שמים,צו וואס יאוש קען ברענגען.
פאר מיר איז די אלע אלייענס אקטיוויטעטן נישט קיין חידוש,דאס איז נוסח "שארפטאן" וואס ער איז זייער וועג ווייזער.
דער "שארפטאן נוסח איז::
"אז מקען נישט געוואונען נאר דורכ'ן פארלירען",דארף מען דאך קודם מאכן א איבערקערעניש ,און טשאלענדזשען רעכטס און לינקס.
תוקן על ידי - ארענדאר - 07/04/2005 16:50:46
פארוואס טוט מען נישט די זעלבע זאך מיט זייערע וואוטערס? זאל מען זיי אויך נעמען טשאלענדזשען רעכטס און לינקס.
איך געדענק ווען זיי האבן אנגעפאנגען צו מאכן די איבערקערענישן אין קרית יואל מיט אפאר יאר צוריק.
ס'איז פארגעקומען די ווילידזש וואלן, און די ווילידזש האט זיי ערלויבט צו האבן אפאר אינספעקטארס ביי די וואלן. וואס האבן זיי געטאן? זיי האבן זיך גענומען צו טשאלענדזשען יעדן דריטן וואס איז אריינגעקומען וואוטן, וגם אני בתוכם, וואס איך בין געטשאלענדזשט געווארן דורך א יונגערמאן, מיט וועמען איך האב געלערנט אין חדר אלע יארן. ער איז אלעמאל געווען א צוקלאפט יונגל, און איך בין גראדע געווען פון די וואס האבן אים ארויסגעהאלפן ווען ער פלעגט גע'רודפ'ט ווערן דורך אנדערע.
עכ"פ דער יונגערמאן האט מיט א שרעקליכע כפוי טובה'שאפט געזאגט אז ער ווייסט נישט ווער איך בין, און איך בין נישט קיין קרית יואל'ער איינוואוינער, און וועגן דעם טשאלענדזשט ער מיך.
וואס האט מען געטאן זיי צו שטעלן אן די ספאט? מען האט אנגעפאנגען צו טשאלענדזשען יעדן איינציגן פון זיי. יעדער אלייענס וואוטער וואס איז אריינגעקומען אינעווייניג האט מען אים געטשאלענדזשט.
דער סך הכל דערפון איז געווען אז ביי די נעקסטע עלעקשאנס, האבן זיי שוין נישט געטשאלענדזשט קיינעם, און ס'איז געווען שלום על ישראל.
אלזא, פארוואס שלאפט מען? זאל מען זיי אויך געבן אין באבנ'ס באבן אריין, זאל מען זיך נעמען צו טשאלענדזשען זייערע מענטשן. וועט עטס זען אז זיי וועלן מער נישט טשעפענען קיינעם.
נעבעך א טיפיקל אהרוני.
ער ווייסט נעבעך נישט אז אויב איז נאך געווען וואוטערס צו טשעלענדזשען האט עס שוין דער ווילעדזש געטאן אויף אלע אופנים.
אפשר זאלסטו פרובירן דיין מזל...
איך שטוין וואספארא פיינע מענטשן די אלייענס זענען
די ווילדזש טשאלענדזש זיי אבער זיי מיט זייער גרויסע עניוות מאכן א שווייג דערפון.
באפקעס רעד איין פאר א צווייטן.
ווען מען וואלט געטשאלעדזש אן אלייענס וואטער וואלט עקשטיין און קרית יואל שוין לאנג ארויפגעקומען און געמאכט א ויצעקו דא.
איך האב שוין געזען דא נישט איינס נאר צוויי טשאללענדזש בריוו פון די אללייענס. אדרבא, אפשר ווייזטו מיר איין בריוו פון ווילידזש צו טשאללענדזש א אלייענס וואוטער.
לוזער איינער
נו פיר אויס:
אלא מאי זענען די ווילעדזש וואוילע מענטשן...
ביך איך נישט געריכט אז דו ביזט א טיפיקל אהרוני?
צי האט דער ווילעדזש נישט געשטעלט שטיינער אין וועג פאר די אנטי-אהרונים ביי די וואלן און פאר די וואלן?
ביז די אלייענס איז אויפגעקומען האבן די אהרונים געוואוסט אז זיי קענען טאן וואס זיי ווילן ווייל קיינער וועט זיי נישט שטיין אין וועג.
אבער פארקערט איז שוין ליידער געווען גענוג און נאך צרות. דער ווילעדזש האט געהאלטן א פארגרעסערונגס גלאז אויף יעדן אנטי-אהרוני וואוטער צי עס איז נישטא א וועג וויאזוי אים צו פסל'ענען.
כהיום איז נישטא ביי די אנטי-אהרונים קיין שום וואוטער וואס דער ווילעדזש קען טשעלענדזשען, סיידן עס איז נישט אויסגעפילט געווארן ווי עס באדארף צו זיין די רעגיסטרעישאן פאורם אדער די עבסענטי בעלאט (וואס גראדע האט עס דער ווילעדזש געטאן ביי די פריעדריגע לאקאלע וואלן).
אזוי? טשאלענדזשען פרויען אז זיי זאלן נישט קענען וואוטן ווייל זיי האבן נייע נעמען נאך זייער חתונה, וואס מיינט די אלייענס דערמיט? די טובה פון קרית יואל אדער סתם רשעות?
און זאג מיר דו צו מען קען נישט פסל'נען פרויען פון די אלייענס וואס האבן נייע נעמען נאך די חתונה.
און ווי קרית יואל'ער האט דיר געשריבן, זיי מוחל ברענג איין דאקומענט אויפצואווייזן אז די ווילידזש האט געטשעפעט אלייענס וואוטערס. אויף פארקערט האט מען דיר שוין געברענגט גענוג און נאך דאקומענטן.
מען זעהט קלאר ווי בלינד קרית_יואל איז אין די פאקטען,מען קען עם איינרעדען א קינד אין בויך, צו ווייסט ער נישט אז נישט קיין אנדערער ווי אלייענס לאיער האט געפסל'ט זייערע עבסענטיס,
בור כרה ויחפרהו!!!
שארמאש
טאקע פון דיינע ווערטער זעט מען וויאזוי מען דיר איינרעדן אלעס אין דער וועלט.
זעסט נישט אליינס וואס פאר א נארישקייטן די רעדסט.
איך פארשטי אז מען האט דיר דאס איינגערעדט און דאס באמבעלסטו נאך.
אפשר הייבסטו אויף דעם טעלעפאן,און רופסט י. וו.
איידעם פון א.י. י. ער וועט דיר געבן אלע דעטאלען.
תוקן על ידי - davka - 11/04/2005 16:33:07