די בלאט שרייב עפעס וועגן די בחרים ביום הפרים ווי פיין די בחרים זענען געווען נאך נכנס יין ווען זיי זענען געווען מבושם איז ארויסגעקימען די פנימיות פון די בחרים
איז עפעס געווען א שלעכטע מעשה אז די בלאט דארף שרייבן פון דעם
איך וועל דיר דערציילן פארוואס.
ווייל די בחורים (נישט אלע) האבן זיך אנגעטרינקען און אנגעמאכט שרעקליכע בזיונות פאר די ישיבה גדולה און די אנדערע זייערע ישיבות.
נעבעך.
דער בלאט האט גערעדט פון די בחורים פון די קווינס ישיבה.
זיי האבן זיך פונקט ווי די לעצטע פאר יאר שרעקליך אנגע'שיכור'ט היי-יאר ביי מענטשן אינדערהיים, און געמאכט שרעקליכע בושות פאר זייער ישיבה, אזוי ווייט אז דער מנהל בלומענפעלד האטז געמוזט האלטן א דרשה אין ישיבה, און אריינגעבן די בחורים פאר'ן פארשעמען די ישיבה.
אויך האט דער באוואוסטער באם ר. היי-יאר נאכאמאל געמאכט די שרעקליכע געמיינע פורים פארזאמלונג אין זיין הויז, וואו די בחורים פון די קווינס ישיבה האבן געטאנצן א גאנצע נאכט מיט א שרעקליכע תערובות פון אנשים און נשים. ס'איז געווען דארט א שרעקליכע הוללות, און ועד הצניעות וועט אי"ה אונטערנעמען שריט קעגן די מעשים אשר לא יעשו וואס זענען פארגעקומען.
אבער ווי דער רב שליט"א האט געזאגט היי-יאר שושן פורים ביים טיש האט מען געזען די פיינקייט און איידלקייט פון די קרית יואל'ער בחורים, אז אפילו ווען זיי זענען געגאנגען טאנצן ביי מענטשן אין הייזער, האבן זיי נישט פארגעסן וויאזוי בני תורה דארפן זיך אויפפירן, און א גרויסער נגיד איז אריין צום רב און מוסיף געווען א ריזיגן סכום פאר אבני חסד. ער האט געזאגט פאר'ן רב אז ער איז אזוי נתפעל געווארן ווי שיין די בחורים האבן זיך אויפגעפירט, בשעת די בחורים פון די קווינס ישיבה וואס זענען געקומען צו אים האבן זיך אויפגעפירט אזוי ווילד, אויסגעלאסן, מגושמ'דיג און עקלדיג, ווי עס פאסט פאר שקצים פון קווינס און נישט פאר בחורים בני תורה.
דער בלאט האט געוואלט ווייזן דעם חילוק צווישן א קרית יואל'ער בחור און א קווינס שגץ, אבער עס האט נישט אויסגעפעלט אז דער בלאט זאל עס שרייבן ווייל יעדער איינער ווייסט עס אליינס, יעדער איינער ווייסט אליינס וואס עס זענען די גוטע פירות פון די קרית יואל'ער ישיבה און וואס עס טוט זיך אפ דארט אין קווינס וד"ל.
א בילד רעדט מער פון טויזנט ווערטער!!!
פון די קר"י בחורים האט מען דא ארויפגעלייגט בילדער, עס קוקט נישט אויס אז דער בלאט זאל זיי מיינען
אגב, קרית יואל
דער רב שליט"א האט ציטירט פון הנגיד ר' אהרן הערש ווייס ני"ו, להצלחה בכ"ע
גיי פרעג אים איבער
די בחורים וואס מען זעט דא אויף היידפארק האט דער בלאט טאקע נישט געמיינט, ווייל זיי זענען בכלל נישט צולאזט און דירעקט איידעלע און גאר פיינע בחורים.
אפשר האט דער בלאט געמיינט די בחורים פון טשעסטער ישיבה ???
איינער ווייסט עפעס מער פון די קווינס בחרים ווער ער שרייב אז זיי האבן געטאנצן בהוללות
מנהל, ביטע אויסמעקן גולם123. ער איז א שרעקליכער מושחת.
און צו גולם123:
שייגעץ און אויסווארף איינער.
גיי צוריק צו די אלע מנובל'ישע פלעצער וואו דו פלעגסט דיך דרייען ביז היינט.
<<<זשוליאני, געב נישט דעם עולם קיין אדרעסן, דוקא>>>
איין טרייסט האב איך פאר דיר גולם123, אז דו דארפסט דיך נישט שטארק שעמען, ווייל אלע אנדערע זאליס קוקן נישט אויס בעסער פון דיר.
דער נאַר קרית יואל ענטפערט אים נאך, ער פרייט זיך אז ער האט א היימישן. יא אזוי קוקן אויס ענקערע היימישע.
תוקן על ידי - davka - 01/04/2005 7:47:38
גולם123 איז שנעל געלאפן און אויסגעמעקט די אלע הודעות וואס ער האט געשריבן.
מסתמא האט אים זיין נייער חבר קרית יואל אויפמערקזאם געמאכט אז מען קען זען זיין מנובל'ישן רעקארד, און ער האט שנעל זיכער געמאכט אז די אלע הודעות גייען אראפ.
טו לעיט מיי פרענד,
מען האט עס שוין געזען...
מנהל, זיי חוסם גולם123 פאר ס'איז זייער שפעט.