! ! ! שומו שמים ! ! !
א שרעקליכע געמיינע אכזרות ורשעות לא יאומן כי יסופר, האבן אפגעטאן א קליקע בריונים קווינס בחורים דעם פורים, וואס האט אויפגערידערט די גאנצע וועלט ובפרט חסידי אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר!
פרייטאג פורים נאכמיטאג 5 אזייגער האבן זיך אריינגעכאפט א קליגע קווינס בחורים אין שטוב פון הגה"צ אב"ד סאטמאר אנטווערפאן שליט"א, נאכדעם וואס זיי זענען ארויסגעקומען פון זייער מדריך ר' זלמן לייב וואס וויאונט די נעקסטע טיר, די אנטווערפענער רב שליט"א איז נישט געווען אינדערהיים, האבן זיי זיך גענומען צו די הרבנית הצדיקת תליט"א.
און זיך געפענט זייער טריפה פיסק, בשעת אירע קליינע קינדערלעך שטייען דארט, און זיי האבן געשריגען
ווי איז דיין מאן און ענגער טאטע מענגעלע?!
ער זאל פייגר'ן און האבן א מיאוסע משונה מיט זיין איידעם יואל בן צבי' !!! (ח"ו, ה' ירחם)
די קינדערלעך האבן אנגעהויבען צו וויינען, די יללות דארט איז געווען שרעקליך צו הערן, דאס הארץ איז צוגאנגען פון די צער, עס איז געווארן א גרידער שכנים און אינגעלייט זענען געקומען צו לויפן, און נאך א געראנגעל האבן די בריונים פון קווינס פארלאזט דאס הויז.
עס איז נישט דא די ווערטער אויף די רשעות ואכזריות אקט וואס די בריוני קווינס האבן אפגעטאן!
דאס טאר נישט פארשוויגען ווערן!
יזדעזע העולם ומלואה!
יזדעזע העולם ומלואה!