אזוי ווי און וומס האט די יושנה פארטיי משנה געווען און די גרעסטע יסודי פון חינוך פארגויאישט די סדרי לימודי קודש
זאל יעדער שרייבן דא "וואס וואלט געווען ווען" און ק"י זאל מען ח"ו אזאנס וועלן נאר טוען
וויפיל תעניתים וואלט טארעם מיט לויפער גאמאכט ?
וויפיל דרשות וואלט דער שארמאשער געזאגט ?
ק"ק ?
מיילעך מיט א"י פריינד ?????
אוי אוי אוי
יעצט זעט מען וואספארא צבוע'ניקעס און פארדארבענע חברה זיי זענען
זיי מיינען גארנישט אידישקייט.
ווען ס'האנדלט זיך פון חרוב מאכן סאטמאר נעמען זיי אלע איין א שטילקייט.
קראנקע קינדער האט זיי געבאדערט, הא?
דא איז דער פלאץ צו שרייבן איבער א שרעקליכע שרייעדיגע פארברעכן וואס קומט פאר בתוככינו, דאס אז יעדן טאג פארט א שאטל פון בני יואל צו די סקול דיסטריקט בילדינג אויף קאהאן דרייוו און טראגט אפאר קראנקע קינדער צו באקומען די ספעציעלע באהאנדלונג וואס זיי דארפן באקומען.
יא, פון די הייליגע מוסד בני יואל שיקט מען יעדן טאג א גרופע קינדער צו באקומען עדיוקעישאן אין די טמא'נע סקול דיסטריקט בילדינג
ואין פוצה פה ומצפצף.
דאס ווייזט נאר וואספארא פאלשע און דורכגעפוילטע מענטשן זיי זענען.
אז איך טראכט אריין, גייט מיר מיין בלאד פרעשער ארויף, ווי איז הרב לייטנער, דער שארמאשער, ר' יחזקאל גאלד, דער וויזניצער רבי פון מאנסי, די אלע פראפעשענעלע מוחים, ווי איז ר' יחזקאל ראטה, ווי איז ר' זלמן לייב פיליפ, ר' משה מנחם, ווי איז ר' טודרוס, די אלע וואס קענען נעבעך נישט פארקיקן קיין עוולות, ווי זענען זיי, געוואלד, געוואלד,
איך האלט מיך איין מיט אייזערנע קייטן זיי נישט אנרופן, פעיקערס און בלאפערס, ס'קומט מיר אן זייער שווער, איך ווייס אז ס'איז נישט בארעכטיגט לויט די חוקי הפורם, פארפאלן, איך דארף נוצן מיין כח המעצור,
מילא מיידלעך שטערן וכת דילי, ביי זיי איז איין זאך וואס ר' אהרן טיט איז אסור, טריפה, חזיר, און וואס זלמן לייב טיט איז מותר לכתחילה, נישט נאר מותר, נאר גאר א מצוה, די אויסגעלאסענע צוזאמען קומען אין עטרת אברהם איז א מצוה רבה, און זאל אהרן קראכן, טראגן מיטן עירוב איז די גרעסטע עבירה, "מחללי' מות יומת", פון זיי האב איך נישט ערווארטעט קיין מחאה, אדרבה ואדרבה,
אבער פון די אזוי גערופענע רבנים, די וואס כסדר זענען זיי ארויף געשפרינגען אויפן מחאה וואגן, פרעג איך מה נשתנה, פארוואס די פרצה בחומת החינוך, אויף וואס אונזערע רבי'ס האבן זיך מוסר נפש געווען, און יעצט קומט זיך א גאסן יונגאטש וואס רופט זיך "רב" און איז פורץ גדר, ואין פוצה פה ומצפצף, צביעות האט אויך א שיעור...