היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » מושב לצים וומס"ב / שולחנו של מקום ק"י

מושב לצים וומס"ב / שולחנו של מקום ק"י

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1327162

זשוליאני08 » 28/3/2005 21:19

דעם פורים האט יעדער איד געקענט זען מה בין בני לבן חמי. ביים קרית יואל'ער רב האבן זיך צוזאמגענומען אלפים רבבות חסידים ואנשי מעשה, צו הערן דעם הייליגן רב שליט"א זאגן איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל דברי תורה.

ביי דעם עם הארץ אין וויליאמסבורג זענען געקומען אפאר הונדערט אידן נאר צו הערן דברי ליצנות, ניבול פה, שחוק וקלות ראש. קיין ווארט תורה האט מען נישט געהערט דארט.

ביים רב שליט"א האבן זיך געגאסן פערל ווערטער. ער האט געזאגט תורה און דער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ. מען האט געמיינט אז מיט דעם ענדיגט זיך עס אבער אנשטאטס האט דער רב נאכאמאל און נאכאמאל איבערגעהאקט די פרייליכע ריקודים, צו זאגן תורה פאר'ן ציבור, און דאס האט זיך איבערגעחזרט ביי אלע טישן, אנגעפאנגען אין קרית יואל דאנערשטאג און פרייטאג, דערנאך מוצש"ק אין וויליאמסבורג און זונטאג אין בית המדרש הגדול. שעה'ן לאנג איז דער עולם געשטאנען אויף די פיס, און פארגאפטערהייט זיך צוגעהערט צו די בליציגע חידושים און דברי תורה וואס זענען ארויסגעקומען מפיו הקדוש.

דאס ביסל דברי בדחנות לכבוד פורים האט מען געלאזט אויף כמעט צום סוף, און אפילו דעמאלץ האט מען זיך נישט געוואגט צו טרייבן ליצנות פון רבנים, אפילו פון די רבנים פון וועמען מען האלט נישט אזוי שטארק.

ביי דעם עם הארץ זלמן לייב אין וויליאמסבורג האט מען נישט געהערט קיין ווארט תורה ביי אלע טישן. פורים איז זלמן לייב געווען אינגאנצן נישט ביי זיך, און דעריבער האבן זיינע מלמדים אים נישט געוואלט לאזן עפענען דאס פיסק (גענוג אז ער מאכט בושות ווען ער איז ניכטער), האט מען דעריבער נאר גע'שיכור'ט און געהוליעט ווי אין די גוי'אישע בארס.

ווער רעדט נאך פון די שושן פורים טיש, וואס איז געווידמעט געווארן בלויז אויף צו טרייבן ליצנות פון כל דבר שבקדושה און פון רבנים שבדורינו. קומען זיך צוזאם אפאר הונדערט אידן נאר על דעת זה צו הערן דזשאוקס און ניבול פה פון א גרופע לצים, וואס זייערע שמוציגע נעמען גייען פאר זיי אין די גאסן. קיין ווארט תורה הערט מען נישט ביים טיש. דאס איז ריכטיג וואס חז"ל רופן אן א מושב לצים און זבחי מתים.

אבער מען קען זיי נישט בלעימען. זיי האבן אויפגענומען אן עם הארץ און אים געקרוינט פאר רב נאר פאר טריץ. וואס קען מען שוין ערווארטן פון אזא איינעם וואס קען נישט קיין לערנען? ווער רעדט נאך ווען ער איז בגילופין און פאררעדט זיך מיט די ערגסטע ניבול פה, וואס זיינע ארומיגע פרובירן מיט אלע מיטלען צו פארשווייגן.

אן ערליכער איד ווען ער ווערט בגילופין ווערט ער נאנטער צו ג-ט, ווי מען זעט ביים רב שליט"א אז אין די נאכמיטאג שעות פון פורים, ווען ער האלט נאך אפאר גלעזער וויין שיטן זיך פון זיין מויל דברי תורה, און ער וויינט מיט בכיות, זינגענדיג ווארימע ניגונים וואס דערנענטערן יעדן איד צום באשעפער.

א טמא'נער יונג, וואס האט אלעמאל געהערט דזשיגאן טעיפס און פון אים באקומען סמיכה, ווען ער ווערט שיכור מוז מען אים פארמאכן דאס מויל, אז ער זאל נישט מאכן קיין בושות, און כדי צו בארואיגן די קליינע מוחות אז ס'איז נישט אזוי שלעכט ווי מען מיינט, ברענגט מען א גרופע פראפעסיאנאלע לצים אז זיי זאלן טרייבן ליצנות פון כל דבר שבקדושה, און מיט דעם טרייסט מען זיך.

נאך א מזל אז משה פריעדמאן האט געמאכט זלמן לייב'ן פאר רב.

נרווןקריכר » 29/3/2005 00:19

פאר דעם האט כ"ק מרן רביה"ק זי"ע און להבחל"ח כ"ק מרן רבינו שליט"א קיינמאל נישט געזאגט קיין תורה שושן פורים, ווייל - להבדיל בין טומאה לטהרה - ר' אהרן, זאל קענען זאגן אז ער איז גרעסער פון זיי. עפ"ל?!

דעם בילד ווי טויזנטער (יא, קענסט נאך צולייגן צו די נובמערס) סאטמארער חסידים אין וויליאמסבורג לאכן אין די פויסטן בליצנותא דעבודה זרה פון דעם טרויעריג בארימטן הולך לערכאות - וועט פון מיין זכרון נישט ארויסגיין קיינמאל!!!

איך האב מיטגענומען אלע מיינע קינדער צום געהויבענעם שושן פורים טיש, די קליינע קינדער זאלן זען וויאזוי ביי ערליכע אידן לאכט מען אפ פורים פון א משכיל וגס רוח וואס טרעט אויף די תורה ודיני התורה ווייל "אזוי וויל איך". און זיי זאלן וויסן צו דערציילן אז אין גרויסן סאטמארער בית המדרש איז ר' אהרן מיט אלע ציוניסטישע שישקעס צו שאנד און צו שפאט ולחרפה ולדראון עולם. פארוואס? ווייל זיי גייען נגד התורה!!!

זה תפארתינו. דאס איז דער שטאלץ פון סאטמארער חסידים וואס קלאמערן זיך אלע יארן צום וועג פון התבדלות. און חסדי השי"ת וואס די שפילערס אין וויליאמסבורג האבן מיך נישט אנטוישט נאר אראפגעלייגט א סאטמארער טיש מיט אלע פיטשיווקעס!!!

נרוון קריכר, די וואס שרייבן אין דעם פארום ווייסן שוין פון דעם אז איך מעק קיינמאל נישט קיין אשכולות, נאר ווען מען שרייבט א כינוי אויף א רב אדער ווען מען שרייבט עפעס וואס גרעניצט זיך מיט ניבול פה, דוקא

תוקן על ידי - davka - 29/03/2005 2:21:54

ekstein » 29/3/2005 01:21

אהרן האט שטרענג אנגעזאגט פאר זיינע חברה נישט צו פראווען קיין ליצנות פון קיינעם, ווייל ער וויל נישט מקפח זיין די פרנסה פון זיין רעכטער האנט דער משכיל ש. ווידער.
ער טענה'ט אז וויבאלד עס איז דא א בלאט וואס גיסט ליצנות און קיתונת של רעי אויף זיינע שונאים א גאנץ יאר, וואס פון דעם ציט ער חיונה, ווייל נאר אזוי קויפט מען דעם בלאט, איז עס פשוט אן עוולה אים שאדן צו מאכן.

זשוליאני08 » 29/3/2005 02:37

נעבעך,

לויט ווי נערוון קריכער זאגט זענען די זאליס שוין געקומען על דעת זה, אז ס'גייט זיין א קאמעדי שאו און א פלעי.

לויט ווי געזעגענען שרייבט אין אן אנדערן אשכול, האט מען געמאכט דארט קונצן פונקט ווי דאס וואס מען זעט ביי די רינגלינג בראדערס.

בקיצור ס'איז געווען גוט אהערגעשטעלט אונטערצוהאלטן דעם עולם.

איז דאך עס געווען גאר א שרעקליכער דורכפאל, אז ס'זענען געווען אזוי ווייניג מענטשן.

נעבעך, נעבעך...

חורינער » 29/3/2005 02:43

שטקאדיגער האקס

"עם הארץ זלמן לייב אין וויליאמסבורג"

דאס וואס זשליאוני שרייבט איז נישט קיין כינוי אויף א רב.

איך ווייס אז די וועסט מעקן די ענטפער.

davka » 29/3/2005 03:21

חורינער, ניין איך מעק נישט דיין ענטפער ווייל דו האסט נישט עובר געווען אויף די תקנות הפורום.

זשוליאני האט געשריבן עם הארץ אויף ר' זלמן לייב

נרווןקריכער האט געשריבן משכיל וגס רוח, להבדיל בין טומאה לטהרה אויף ר' אהרן

און איך האב ביידע נישט געמעקט.

וואס איך האב יא געמעקט איז געווען ווען נרווןקריכר האט גערופן ר' אהרן מיט א צונאמען.

ווען זשוליאני וואלט זיך אויסגעדריקט מיט א צונאמען אויף ר' זלמן לייב אנשטאטס זיין עכטע נאמען, וואלט איך עס אויך געמעקט.

תוקן על ידי - davka - 29/03/2005 3:26:24