13hopper שרייבט
דער מצב איז אזוי מען קען שוין נישט מאכען דייאליסיס ווייל די בלאד פרעשער פאלט אראפ צי נידריג
SIM89 שרייבט
דא אין אר"י דערציילט מען אז דער מצב איז דאס ערגסטע, און טויזנטעס גייען צום ביהמ"ד וויינען און דאווענען, און הונדערטערס פארן צום שפיטאל זיין לעבן דעם הייליגן רבי'ן וואס את חליינו הוא נושא,
אוי טאטע! האב רחמנות אויף אידישע קינדער.
חלילה_וחס שרייבט
חברה, רייסט איין! שפאלט הימלען! ס'איז נאך דא האפענונג!
יעצט בשעת'ן שרייבן, גיט מען איבער פון שפיטאל אז ס'איז אנטשטאנען אביסל א פארבעסערונג, גאר פיצל שבפיצל, אינעם שווערן מצב.
אידן לאזן נישט נאך. מען שטייט ארום דעם בעט פונעם באבובער רבי'ן שליט"א לרפו"ש און מען זאגט תהלים אויך אין באבובער שולן פארגיסט מען הייסע טרערן. מען וויינט און מען בעט צום א-ל גדול ה' ומלך גדול על כל א'להים.
אחינו כל בית ישראל בגולה ובארץ, רבותי, לאמיר זיך אלע מיטכאפן און זיך פאראייניגן. זאל אונזערע תפילות שפאלטן הימלען און נאך דערהאלטן ביים לעבן דעם גאון וצדיק מפורסם הגה"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
כבר היה לעולמים וואס אידישע תפילות האבן געהאלפן אפילו אין די לעצטע מינוטן. לאמיר נישט פארפאסן די מינוט! און אויסנוצן די צייט מיט הייליגע תפילות לרחמים ותחנונים.
אם אמרתי מטה רגלי חסדך ה' יסעדני