היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » גדלי' סעגעדין פראבירט אויס די מוחות

גדלי' סעגעדין פראבירט אויס די מוחות

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1321056

מאירהירש » 22/3/2005 18:51

יעדער איינער אין קרית יואל האט לעצטנס ערהאלטן א קאלירפולער בראשור אייגענטליך שוין צוויי, וועלכעס אילוסטרירט אז אין קרית יואל איז דא אן איבערפלוס פון דירות.

מורי ורבותי די ארבעט איז אהערגעשטעלט געווארן אונטערן נאמען פון קרית יואל דזשורנאל אייגענטליך איז דאס פראדוצירט געווארן דורך נישט קיין אנדערן ווי גדלי' סעגעדין אין שליחות פון מאיר הירש, אויספראבירן וואו ווייט מען קען שווענקן אונזערע מוחות און ווי ווייט דער דורכשניטליכער מענטש אין קרית יואל ספעציעל די פרויען טראכט נישט.

וואס טוט זיך דא???? מענטשן פרעגן אזוי ?? עס איז דא א סורפלאס נו קומט זיך דאך א שכויעח פאר מאיר פארן אהערשטעלן אזא מוראדיגע דעליווערי פאר די קומענדיגע עלעקשאנס!! עס איז דאך מוראדיג!!!!!!!!!! הארעי בראווא מען האט זיי גוט דערלאנגט!! זיי האבן נישט וואס צו ענטפערן!! עס איז שוין ארויסגעקומען צוויי בוקס מיט הערליכע פיקטשערס!!! און גארנישט!!
נו גדלי' סעגעדין האט באקומען א טיפ פון מאיר'ן פאר זיין הערליכע ארבעט און מען קען אנגיין ווייטער.
און אלעס טוט מען נאר מסביר צו זיין אז דער גאנצער אנעקסעישן פון יחזקאל בראך איז איבריג און עס פעלט גארנישט אויס.
וועט איר דאך אוודאי פרעגן: אויס עס איז איבריג צו וואס האט די וועד הקרי' אויך פראבירט צו אנעקסן פראפערטי?? נו דאס איז נישט שווער ווייל וועד הקרי' זארגט זיך נאר פארן עתיד פון לאנגע יארן ארום אזוי אז דער איצטיגער סורפלאס זאל אנהאלטן פאר לאנגע יארן
!!!!!!!!!!!!!און דאס איז דער אמת!!!!!!!!!
מאיר הירש האט געמאלדן ביים דינער אז וועד הקרי' שטייט יעצט בעסער ווי עס איז סיי ווען געווען, פארשטיי איך פון דעם אז ער רעדט אוודאי אויך פון דעם אז עס איז דא א סורפלאס פון הונדערטער דירות און דערצו שטייען נאך אריבער צוויי טויזענט דירות און ווארטן אויף פערמיטן און עם כל זה האלט זיך די פרייז גענוג שטארק, ממילא שטייט די וועד הקרי' מוראדיג גוט און יעצט ארבעט מען אז עס זאל זיך האלטן אזוי גוט פאר די קומענדיגע וויפיל יאר?????????????????
געהיט זאלן מיר ווערן!!!!!!
אזוי גוט אויף אלע שונאי ישראל!!!!
פארגעט עבאוט זאליס, בני יואל, פארטי ליינס, מען האט אונז אלע תושבי קרית יואל צוגלייך גענומען אויפן צימבל און מען איז אונז מסביר אז דאס איז גוט און נאך דערצו בעסער פון זיי ווען?????
ער מאכט נישט חוזק פון יחזקאל בראך אדער מענדל שווימער וכו' ווען ער שרייבט אז עס איז דא סורפלוס, ער מאכט חוזק פון יעדן אינדיווידועלן מענטש אין שטעטל!!!
גדלי' דעזיינט א בוק מיט הערליכע פיקטשערס אן קיין לאגיק, ווען צענדליגער מענטשן זוכן דירות און עס איז נישט דא קיין ביליגע רענטל דירה צו באקומען דא??
איי טאמער זאג איך א ווארט אין ביהמ"ד ענטפערט מען מיר וואס ווילסטו פארשטייסט נישט אז עס קומט וואלן??? וואס זאגט דיין ווייב דערצו??
איך פארשטיי אלעס איך בין צו אלעם מסכים, עס איז דא גענוג זאכן וואס מען קען פאמפן אבער סתם צו זיין א חוזק? עס שפילט נאך ביי מיר דער טעיפ פון די פארגאנגענע וואלן ווי אלעזר גרובער איז מסביר וואס די וועג פון וועד הקרי' איז און וואספארא אויסגערעכנטקייט עס גייט צו דאס טיילן פערמיטס אדער איז יענץ נישט אמת אדער איז דאס נישט אמת אדער גאר ביידע, ווען די אלייענס איז קלוג שיקן זיי יעצט ארום די הסברים טעיפ פון אלעזר גרובער

getme » 22/3/2005 19:19

ענטפער מיר קלאר אויף די קשוית

1}איז אמת אז עס איז דא געניד דירות צי דינגען אין די לענדלער מיזן אראפלאזן די פרייז אויב זיי ווילן האבן א טענענט?

2}איז אמת אז א דירה קאסט געלט צי קויפן\בויען אין א לענדלער קען נישט דערלייגען געלט אין געבן פאר ביליג?

3}איז אמת אז יעדער נערמאלער מענטש מיט א נערמאלע פרנסה קען ציקימען צי א געהעריגע דירה אדער דורך קויפן אדער דורך דינגען אין נאר די פאר אפגעריסענע שלעפערס וואס האבן נישט קיין געהעריגע פרנסה נאר זיי קענענן נישט קויפן\דינגען??
אין נאר זיי האלטן אז מאיר הירש ברויך זיי געבן חצי בחנם א דירה???

טאגליכט » 22/3/2005 19:52

זאג נאר וואס האט דיר גדלי' סעגעדין געטוהן??????????

זשוליאני08 » 22/3/2005 20:07

שלום עליכם איראקער פראפאגאנדע מיניסטער.

"די אלע הייזער וואס איר זעט אין דעם בראשור, דאס זענען לופט, זיי עקזיסטירן נישט, זיי זענען צוזאמגעשטעלט געווארן דורך פראפעשאנעל עקטארס פון האליוואוד, עס איז נישטא קיין דירות אין קרית יואל, קרית יואל איז א ריזיגער שטח פון פוסטע וועלדער און ביימער, די בילדער וואס מען זעט אין דעם בראשור זענען געכאפט געווארן פון עפעס א שטאט קרית יואל וואס געפינט זיך אין גאר אן אנדערע פלאנעט, נישט דא, נישט נעבן אונז, נישט אפילו ווייט פון אונז..."

העי דו דארט (איך וויל דיך נישט רופן מאיר הירש ווייל איך האלט אז דו ביזט נישט גענוג קלוג אז איך זאל דיר אזוי רופן) האסטו געטרייט צו דינגען אדער קויפן א דירה און נישט געטראפן?

איך האב יעצט גראדע צוויי דירות צו פארדינגען דא אין קרית יואל, אויב דארפסטו איינס מעלד דיך אין תיבה אישית ביי מיר, ווייל איך ווארט שוין צוויי חדשים אויף א טענענט אבער קיינער קומט נישט צו מיר, פאר די פרייז וואס איך בעט!

מאירהירש » 22/3/2005 20:27

זשוליאני08
די מוזט זיין איינס פון די דריי:
אדער ביזטו א נאיווע פרוי
אדער ארבעטסטו פאר געלט
אדער דו מאכסט דיך נאר, כדי צו עפענען אן ארגומענט אויף היידפארק, איך גלייב נישט אז דאס איז ארגינעל געשריבען

זשוליאני08 » 22/3/2005 20:42

איך צו צוריק, ביסט אפילו נישט דער איראקער פראפאגאנדע מיניסטער.

ער האט כאטש געהאט א זאפטיגן תירוץ אויפ'ן פלאץ און דו קענסט דאס אויך נישט.

איך רעד פון פאקטן און דו רעדסט הוילע לופט.

ווילסט הערן מיין מעשה? אקעי הער.

איך האב געקויפט צוויי דירות פאר אינוועסטמענט ביי יודי גאלדבערגער'ס דירות, איינס א טאפ פלאר און די אנדערע א פוירסט פלאר.

די פוירסט פלאר איז נאך כמעשה, כ'וועל טרעפן עפעס א טענענט און האפנטליך מאכן א הונדערט צוויי הונדערט דאלאר ריוח.

די טאפ פלאר האב איך ביז יעצט נישט געקענט טרעפן קיין טענענט, נאר אויב איך בין מסכים צו שאדן האבן געלט יעדן חודש.

און אויב מיינסטו אז איך בין דער איינציגסטער וויל איך דיר מודיע זיין אז ס'זענען דא נאך אסאך אסאך ווי מיר וואס האבן געקויפט דירות ביי יודי גאלדבערגער פאר אינוועסטמענט, און זיי שטייען מיט די דירות און ברעכן זיך קאפ פונקט ווי מיר.

סאו איך און אנדערע אידן ברעכן זיך קאפ וואו צו שאפן טענענטס און דו קומסט און ווילסט מיר איינרעדן אז ס'זענען נישט דא קיין ליידיגע דירות???

KJAlliance » 22/3/2005 20:47

אדרבה מר. גולש -נישט גולם... - לאמיר פרובירן, ווילאנג אונזער פרישער זאלי [אויב אנטשולדיגט אהרוני/נייטראלער] וועט אנהאלטן מיט זיין נייעם נאמען

איך וועל בל"נ זיין צוריק ביז עטליכע שעה, אויב וועט ער נאך עקזעסטירן ביז דעמאלטס, און אלץ א האלב נארמאלער מענטש

סי יו דען..

געשמאק » 22/3/2005 21:42

קרית_יואל

איך זעה אז די האסט געטוישט נאמען פון קרית_יואל אויף מאיר הירש.

הייסט די אנערקענסט אז קרית_יואל = מאיר הירש.

איך האב דיר שוין נעכטן געווארענט אין אן אנדערע אשכול.

הרב בראך וועט דיך פאר דעם פייערען.

לויט הרב בראך דאגמע איז "קרית_יואל = זיגי בראך.

ח..... הזהרו בדבריכם.

זאליweaky » 23/3/2005 00:48

דארט איז דאך דא געהעריגע בילדער פון יעדע דירה, וועלכע פון די בילדער פארלייקנסטו ???

די איינציגסטע דירות וואס איך מיין אז עס איז פאלש, זענען די 98 דירות פון יחזקאל בראך...

לויט ווי איך זע דא אויף היידפארק, גייט ער בויען 220 (אדער 49...).

און אויב דער עולם גולם צאלט ווייטער פאר די דירות די פרייזן וואס די בעלי בתים פארלאנגען, דאן צו וועמען קען מען האבן טענות ???

און עס איז זיכער אז עס וועט בקרוב מוזן אראפגיין, אפילו אויב לויט דיינע ווערטער איז עס נאכנישט אראפ.

חוץ אויב דו [פארדאן: מאיר הירש] וועסט האלטן א ביקס ביים קאפ פון די טענענט'ס אז זיי זאלן צאלן ווייטער די געהעריגע (אמאליגע...) פרייזן.

זשוליאני08 » 24/3/2005 00:01

כדי דער עולם זאל וויסן וואס עס עסט אזוי פאר די אלייענס, וועל איך אריינלייגן דא חלקים פון די בראשורן וואס דער זשורנאל האט געדרוקט, פיל מיט בילדער איבער די אלע הייזער פראיעקטן וואס ווערן געבויט אין קרית יואל.

דאס איז די קאווער פון די ערשטע קונטרס:
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 24/3/2005 00:07

דאס איז די סך הכל וואס איז ארויסגעקומען פון די ערשטע קונטרס

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 24/03/2005 0:23:54
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 24/3/2005 00:22

דאס איז די קאווער פון די צווייטע קונטרס
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 24/3/2005 00:23

דאס איז די ערשטע סך הכל פון די צווייטע קונטרס
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 24/3/2005 00:25

דאס איז די צווייטע סך הכל פון די צווייטע קונטרס
[בילד – נישט אפגעהיט]

זאליweaky » 24/3/2005 01:01

למעשה איז טאקע אינטערעסאנט.

צו איז מעגליך אז אין בלויז פינף יאר ארום וועט קרית יואל האבן 5,500 משפחות בליעה"ר ???

דאס איז אן אומגלויבליכער מספר, און אויב יא וועט דאס זיין א ריכטיגע רעקארד ברעיקינג ניוס.

איך מיין אז דאס וואלט ענדערש געדארפט באהאנדלט ווערן פון דעם שטאנדפונקט.

און צו איז מעגליך אז עס וועט נאך אמאל קומען א צייט, וואס אידן וועלן שטיין מיט ליידיגע דירות, הונדערטער דירות וועלן גיין צו פארקלאזשור, און מען וועט פארדאמען ועד הקריה פארן נישט טון גענוג צו האלטן די פרייזן אויף א העכערן סטאנדארט ???

מאירהירש » 28/3/2005 20:40

לדעתי, מי שיש לו מוח בקדקדו זאל זיך אוועקלייגן געלט, ווייל אזוי ווי די אינטערעסט רעיטס וועלן אנהייבן ארויפצוגיין וועט דא זיין פארקלאוזשורס לרחצה,

אסאך אינגעלייט וועלן נתעשר ווערן פון אפקויפן פארקלאוזשורס

ימים ידברו!!!

זאליweaky » 29/3/2005 02:03

וועלכער מאיר הירש רעדט דא ???

איך בין אינגאנצן צומישט...