דעם מאנטאג נאכט איז פארגעקומען א הערליכע מסיבה של מצוה, פאר גערופענע נדיבי עם, לטובת די הייליגע מוסדות יטב לב באה"ק אין זאל פון עטרת אברהם, פאררופן דורך עטליכע פון די עסקנים למען מוסדות יטב לב דסאטמאר באה"ק.
עס איז געווען א הערליכע רייכע מסיבה, און עס איז געווען בהשתתפות כ"ק גאב"ד סאטמאר שליט"א, וואס איז געזעצען דארט און אויפגעפאדערט דער עולם זיך אנצורופן מיט ריזיגע סכומים.
דער עולם איז געווען גאר ווארעם פאר די הייליגע מצוה, און זיך אנגערופען מיט סכומים אדירים, און עס איז אריינגעקומען דעם ריזיגען סכום אדיר פון 350 טויזנט דאלאר, מער ווי א דריטל מיליאן דאללער.
די מסיבה של מצוה איז גערופען דעווארן נאכדעם וואס עטליכע גנבים בראש מיטן בעל פלניא גזלנא האבן ביי א בונקער אסיפה אפיציעל געמאלדן אז זיי זאגן אפ די געטרייע הנהלה פון מוסדות יטב לב וועלכע שיקן מיט מסירת נפש זעקס יאר תמיכה פאר די מוסדות הק' אין בני ברק, טראצדעם וואס אויפ'ן באפעל פון זייער אויבערהאר ר' חורינער, האט געלויטעט די פארגאנגענע פאר יאר דער סלאגאן אז מען טאר נישט געבן קיין געלט פאר מוסדות יטב לב, און מען זאל ענדערש לאזן הונגערן די מלמדים מיט זייערע קינדער ווייל עס דינט פאר די רשעות'דיגע געמיינע פאליטיק, און ענדערש זאל מוזן אונטערברעכן די ווירטשאפט הנהלה וואס זענען נאך נתמנה געווארן דורך מרן רביה"ק זי"ע און ווערט ווייטער געפירט דורך מרן רבינו שליט"א.
די היסטארישע ליצנות פונעם וועלטס לוזער אז ער זאגט אפ די הנהלת המוסדות יטב לב, האט געברענגט די אויסטערלישע ווארעמע געפיל ביי סאטמארער חסידים איבער די גאנצע וועלט וועלכע זענען אסאך מער פאראייניגט צו שטיצן די הייליגע מוסדות יטב לב, און די קאלאסאלע הצלחה פון איין נאכט צו שאפן מער ווי א דריטל מיליאן דאלאר פאר די מוסדות, גענומען פון אחים לדעה, האט געבראכן א זעלטענעם רעקארד.
שטיצט די הייליגע תורה פעסטונג!
אלקא דמאיר ענינו!!!