זייענדיג א בעל שמחה נעכטן, איז מיר אויסגעקומען אריינצוגיין אין די קרית יואל דעלי, עס איז ממש נישט צום פארשטיין ווי קארופטעד מען קען זיין ווען עס נישט דא קיין קאמפעטישן.
אפגערעדט פון די עסן וואס אויף א מעת-לעת בין איך געווען איינגעשפארט וועגן דעם, האט מיר אויך געבאדערט די סערוויס דארטן, וואס אפילו אויב די עסן וואלט שוין יא געווען כמעשה, מאכן די איינגעשטעלטע דארטן זיכער אז מען זאל ח"ו נישט הנאה האבן דערפון.
דארט זייענדיג איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט סטעדי קאסטומערס, אלע פון זיי האבן געזאגט אז זיי קענען קוים ווארטן אז א קאמפעטישן זאל זיך עפענען.
זאל מיין שרייבן דא זיין א נקמה אין מיין באשליס צו גיין קויפן סאפער אין די קעי דזשעי דעלי. (אפשר אזוי וועל איך זאט ווערן!?!.)