היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » וואס,וויאזוי, וויפיל , טרינקט מען פורים

וואס,וויאזוי, וויפיל , טרינקט מען פורים

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1320254

ארענדאר » 22/3/2005 02:44

אזויווי פורים טרינקט דאך יעדער, אפילו דער וואס שאשקעט נישט א גאנצע יארע,און דער עולם האט נישט די ריכטיגע ערפארונג.

מען מישט דע יוצרות און מ'גיסט אריין אין גומען,

ברוינפן-וויין-ביר -מעד,
מבושל -נישט מבושל,
רויטע -ווייסע,
איטעליענישע-פראנצויזישע,
און נאך און נאך אומגליקן.

אפעלירט מען צום עולם וואס טוען אין דע ענינים
year round אז מ'זאל אביסל "יצא סוד" זיין ,וויאזוי מ'זאל מקיים זיין דעם "נכנס יין".


אלסווייסער » 22/3/2005 03:24

וויאזוי ווערט מען שיכור?

איך טרונק יעדן פורים גאנצע פלעשער אבער איך בלייב ניכטער.

פייפ_ליין » 22/3/2005 04:17

אלסווייסער
די האסט א ערנסטן פראבלעם.
פאר גיטע רעזולטס, טרינק אנפאנג סעודה, איינס נאכן צווייטן בלי הפסק. טריי אריינצומישן א ביסל ברוינפן (בערך א פערטל גלעזל) עס דארף צו העלפן (אכטונג עס קען אנמאכן בויך קרעמפן דעם נעקסטן טאג)

טאגליכט » 22/3/2005 04:37

און טרינק נאך א יעדע גלעזל וויין איין גלעזל סאדא און נעם דיר טאנצן פאר פינף מיניט

אגב איך מיין אז דו זאלסט איבערקוקן די באטלעך אפשר איז עס גאר גרעיפ זשוס (קידוש וויין בלע"ז)

געשמאק » 22/3/2005 05:54

פייפ-ליין

די זאגסט אז ס'קען ברענגען קרעמפען דעם נעקסטן טאג,
היי יאר איז אנדערש ,ווייל מ'פאלט אריין אינעם שבת,און מבאקומט תיכף דעם נשמה יתירה.

oliveolive » 23/3/2005 03:39

משוגענער
און קוניאק? און טאקילא? פערגעסן?
אגב 1, קענען פילזנער ביר? פילזנער איז אמבעסטן!
אגב 2: וואס פאסריט מיט באבאוו בראודקעסט? טויט?
און יעצט... יא, יא, פורים, פורים, אבער די פורום פרעש איז נישט די פלאץ.
פארשטיין? נו שוין. אגוטע נאכט

לכה_דודי » 4/4/2005 04:26

די דארפסט נאר טרינקען 2-3 גלעזער, די איבעריגע גייט שוין פין זיך אליין...
Talking from experience