היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » באמבע. רייש, ערקלערט שולדיג אויף כאבאר

באמבע. רייש, ערקלערט שולדיג אויף כאבאר

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1319947

אויסשווארץ » 21/3/2005 20:43

מעכטיגע באמבע היינט אין פעדערעל קאורט.

דער לאיער פאר די זאליס, עד רייש האט זיך היינט דערקלערט שולדיג אויף כאבער, אז ער האט גענומען כאבאר.

רייש איז דער לאיער וואס די עף.בי.איי. באשולדיגט אז ער האט אונטערגעשמירט באראש.

גרויסע נייעס ווערט ערווארטעט.

איחודמעמבר » 21/3/2005 20:59

די כאבאר קלאגע איז אן אלטע. עס האט נישט קיין שום שייכות מיטן סאטמארער סכסוך ביים שופט באראש. כאטש דער מסור בראך האט מחדש געווען חידושים נפלאים בנוסח מורו ורבו, אז עס האט א שייכות, און דער רב האט עס עטליכע מאל געהייסן שרייבן אין בלאט.

אידעלעך, זייט פרייליך. און בעטס די אהרונים צו שיסן נאך אזעלכע "באמבעס".

תוקן על ידי - אינהכינמי - 21/03/2005 21:19:57

getme » 21/3/2005 21:28

איחוד.לויט ווי איך פארשטיי,קען זיין אז איך בין נישט גערעכט

אז ווען מען ווייזט פאר א אפיעל קארט אז דער לויער פינעם צד שכנגד האט געגעבן שוחד פארן דזשארש אפלוי עס איז נישט געווען ביי די זעלבע קעיס קען עס האבו א שטארקע עפעקט ווייל מען זעט אז די צוויי האבן געהאט איליגעל באהאלטענע געשעפטן אין די אפיעל קען טראכטן אז עס איז געווען ביי די קעיס אויך, אין בפרט אויב באראש גייט אויך אריין אין טראבעל דערוועגן קען עס האבן א זייער גיטע עפעקט

חיץ מזה ווער זאגט דיר מיט אזא זיכערקייט אז די קעיס נישט??

פאר די זאליס איז עס זיכער ניט קיין געווינס

צודערזאך » 21/3/2005 22:58

עס דערמאנט אונז די מעשה פון דעם מלוה וואס האט אנגעקאלט דעם לוה: האלא, וואס טוט זיך מיט די טויזענט דאלער וואס דו קומסט מיר? זאגט דער לוה: אה, דאס איז אן אלטע חוב, אלטע חובות באצאל איך נישט!!

אבער, טענה'ט דער מלוה, די זעקס הונדערט וואס איך האב דיר געבארגט פאריגע וואך וואס איז מיט דעם? דאס איז דאך שוין יא א פרישע חוב!! אה, דאס – זאגט דער לוה – דאס ווארט איך זאל אלט ווערן...

די כאבאר קלאגע איז אן אלטע, איחוד'ל! און "לאנדאן" וועט מען ווארטן זאל אלט ווערן...


תוקן על ידי - צודערזאך - 21/03/2005 23:04:03

getme » 21/3/2005 23:07

אויסשווארץ קענסט מסביר זיין וואס די שרייבסט?


דער לאיער פאר די זאליס, עד רייש האט זיך היינט דערקלערט שולדיג אויף כאבער, אז ער האט גענומען כאבאר.


וואס הייסט גענימען? א לויער טאר נישט נעמען באצאלט?

אפשר מיינסטע געגעבן כאבאר פארן דזשארש? אויב יא קימט אויס אז באראש איז אויך אין טראבעל??

קלאר אויס וואס דא גייט פאר

איחודמעמבר » 21/3/2005 23:08

זיי זיך מסביר. ווייל איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט. זע צו רעדן "צודערזאך".

אויסשווארץ » 21/3/2005 23:21

נעקסט טיים ליין וואס איך שרייבן.
פאר די מאכט אנאליזן, ליין נאכאמאל. גוט.


רייש איז טאקע א לאיער פאר די זאליס.
אבער אין אן אנדערן קעיס האט ער אנגעפירט מיט פארשידענע אקשענס פאר די סיטי אוו ניו יארק.

אנפירענדיג די אקשענטס האט ער גענומען כאבאר פאר'ן פארקויפן די הויז פאר ווער עס האט באצאלט.

אויף דעם האט מען אים געפאקט מיט עדות ברורות

און אויף דעם האט ער זיך היינט מודה געווען אין זיך דערקלערט שולדיג אין געריכט.


אויסער דעם, (גארנישט קיין שייכות מיט די באראש קעיס) ווערט ער באשולדיגט דורך די עף.בי.איי. (בהשתדלות יוסי בראך) אז ער האט אונטערגעשמירט באראש'ן.

און אויף דעם ווערט ערווארטעט גרויסע נייעס.

איחודמעמבר » 22/3/2005 00:38

אה, אבי עס ווערט "ערווארטעט". וועסט מיר זאגן ווען די נייעס וועט ענדליך, ענדליך, ענדליך, ארויסקומען.

ביזדערווייל. בלייב מיר איינשטימיג.