היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » וויפל געלד גיט מען די מלמדים?

וויפל געלד גיט מען די מלמדים?

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1319580

קומפוט » 21/3/2005 13:54

איך געב יעדן ראש חודש פאר אלע 5 מלמדים פון מיינע קינדער
איך געב נישט קיין סאך אבער איך געב איך ווייז הכרת הטוב
און הערכה יעדן ראש חודש
עס איז געזונט פאר מיר און פארן מלמד און פאר די קינדער
(מיינע קינדער ווייסן שוין צודערמאנען אז איך זאל צוגרייטן ראש חודש געלד)
מיין שאלה איז נאר וויפל געב איך פורים

איך שיק פאר די חדר מתנה
און איך שיק א משלוח מנות מתנה פארן רעבין און עקסטערע אפאר טשטשקעלעך פארן רבינס קינדער
און פארן רעבין

וויפל דארף איך שיקן דעם רבין פורים

חנוכה און ווען דער רבי האט חתונה געמאכט האב איך געשיקט א הונדערטער

פרעג איך איז דאס וויינג אדער צופול?
וואס טוהען אנדערע

shia550 » 21/3/2005 15:08

זייער א קלוגע זאך צו שיקען יעדער ראש חודש!!!!

מיר איז דאס קיינמאל נישט איינגעפאלען,וויפיל דו זאלסט געבן ווענד זיך בעיקר אין דיינע געפילען, עס איז קיינמאל נישט צו סאך.

קומפוט » 21/3/2005 16:25

מיין רבי דער וויענער רב שליט"א
האט מיר געזאגט איך זאל מאכן זיכער אז מיינע קינדער זעהן ווי איך לייג אריין די געלד אין ענוועלאפ און איך זאג אז דאס איז פאר דיין רבין
עס מאכט א מוראדיגער רושם לתועלת ב"ה

ekstein » 21/3/2005 17:36

לויט ווי איךגעדענק איך האב עס נישט יעצט ביי די האנט עס נאכצוקועקן עס ווערט עס דערמאנט אין מדרש רבה פרשת
אמור
אויך שכלדיג איז אז א מלמד וואס האט 25 קינדער אין זיין כיתה אין ווי ערליך ער זאל נישט זיין וועט ער זיך מער אומקוקען אויף א קינד וואס ווערט באצאלט אין יעדער מנהל וועט דיר זאגן אז רוב טאטעס וואס האבן געשמירט די מלמדים האבן די קינדער געהאט מער הצלחה ברוחניות ובגשמיות פשוט ווייל דער מלמד האט מער שימת לב פאר אזא קינד
די אלע פרייוואטע מלמדים קאסט הונדערט מאל אזויפיל ווען מען זאל עס ח"ו דארפען חוץ פין די עגמת נפש אין שברי לב שפעטער
אין דאס איז ביזנעס וויס אויך א גוטער אינוועסטמענט

עס קאסט מיר באלד טויזענט דאלער א יאר אבער עס איז ווערט אלע געלטער

רעכטערמשה » 21/3/2005 17:42


די מלמדים זאגן פון עקספיריענס, מיט די קינדער וואס ברענגען א מתנת יד פון צייט צו צייט געט מען זיך מער אפ

אינגערמאן » 21/3/2005 19:25

איך וואלט געוואלט געבן ראש חודש... אבער כ'פארגעס.
אויף חנוכה און פורים גיב איך א פופציגער אדער א הונדערטער, ווענדט זיך ווי צופרידן איך בין פון מלמד, און ווי שווער ער ארבייט.
ווי אויך אויב מאכט זיך עפעס א ספעציעלע פראבלעם מיט'ן קינד, שמיר איך דעמאלטס אונטער דעם מלמד, מיט א פופציגער.
כ'מיין אז עס דעקט זיך לויט דעם די פינווערס פון ראש חודש

Maashpia » 21/3/2005 20:37

עס טוט מיר זייער וויי צו ליינען, אז א מלמד האט אפען געזאגט, אז ער גיט זיך מער אפ מיט קינדער וואס די טאטעס געבן איהם חודש'ליכע געלט. ווי נישט ווי באקריגט דאך דער מלמד פול באצאלט, זיך אפצוגעבן מיט יעדעס קינד הונדערט פראצענט. וואס דער געהאלט ווערט צוזאם געשטעלט פון די שכר לימוד געלט וואס אלע טאטעס צאלן גלייך. און נישט יעדער טאטע פון די דרייסיג קינדערלעך אין די כיתה, איז ביכולת צו געבן חודש'ליך, אדער אפילו יום טוב'דיגע טיפס.

איך וואלט פארשטאנען אז א מלמד ווערט מער מוטיג צו טוהן זיין ארבעט פאר די גאנצע כיתה, ווען די טייל פון די טאטעס וואס זענען יא ביכולת ווייזן ארויס הכרת הטוב. אבער טאמער איז דער מלמד אזא מענטש, וואס דער חשק און דער מוהט גייט נאר ספעציפיש פאר די קינדער פון די געציילטע טאטעס. דאן אפשר אין א כיתה וואס רוב טאטעס זענען נישט ביכולת צו געבן, טאר קיינער נישט געבן.

פארוואס זאל א קינד פון א שטוב וואס איז געבענטשט מיט קינדערלעך, און דער טאטע פלאגט זיך אהיים צו ברענגען א דאלער צו שפייזן זיין פאמיליע, און צאלט מיט בלוט און שווייס דעם חודש'ליכן שכר לימוד. פארוואס זאל ער נישט זיין בארעכטיגט צו דעם פולן אויפמערקזאמקייט פונ'ם מלמד.

איך וויל נישט נעמען דא קיין שטעלונג, צו מען זאל יא געבן אדער נישט געבן טיפס פאר'ן מלמד.
אבער צו ליינען אזא זאך, טוט עס וויי ביים הארץ.

איך װײס אז אסאך עלטערן װעלן יא טײלן איך האף אבער אז דאס זאל נאר מאכן דעם מלמד זײן מער מוטיג צי טוען זיין בשלמות פאר אלע קינדער Equal Oppurtunity"

אינגערמאן » 21/3/2005 20:57

משפיע טייערער, דארפסט געדענקן אז א מלמד האט היינט בדרך כלל קרוב צו 30 קינדער אין די קלאס, און כאטש ער וויל געבן איקוועל אפארטיוניטי איז דאס כמעט אוממעגליך צו געבן ממש אינדיווידולע אטענשאן פאר "יעדעס" קינד, סאו צעטיילט ער די אטענשאן אין דרייסיג טיילן... וויפיל בלייבט שוין נישט קיין סאך
און דאך פאר די ר"ח געלט קינדער פילט ער בעל כרחך א גרעסערע שולד געפיל...
פארפאלן, שוחד ארבייט, ווי דאס ווערטל לויטעט אז מען שמירט פארט מען

צופרידן » 22/3/2005 01:02

אגב איז כדאי צו באמערקן וואס א מלמד מומחה האט מיר אמאל געזאגט אז ער פריידט זיך צו יעדע נתינה וואס ער באקומט אבער פיל מער טוט אויף אויב דער פאטער אינטערעסירט זיך וואס זיין זון טוט און ווי ער פירט זיך אויף.
פאר ווער עס פארמאגט נישט וואס צו געבן, איז דאס וויכטיג צו וויסן, אז אויב זעט דער מלמד אז דיר אינטערעסירט וואס דיין קינד מאכט וועט ער זיך אויך אינטערעסירן.

עפשטיין » 22/3/2005 01:46

משפיע

איך גלייב נישט אז די ביסט אזא תמים נישט צו פארשטיין אז א מלמד האט מער געפיל צו א קינד וואס דער טאטע ווייזט איהם הכרת הטוב, פונקט אזוי ווי יעדער אנדערער בעל מלאכה.

פארוואס מיינסטו די אלע טאטעס לאזען זיך אזוי פיל קאסטען?.

טובעין » 22/3/2005 02:08

משפיע

איך האב מער א קשיא אויף א טאטע וואס פארשטייט נישט אז ער דארף געבן פאר א מלמד, ווייל עס אינטערסירט אים אפילו נישט אזוי פיל פאר זיין קינד,

חוץ פון דעם וואס א מלמד פארדינט היינט זייער ווייניג אין כמעט אלע דארףן צוארבעטן אפילו נאר אויף כדי מחייתו

ענדע_צדיק » 22/3/2005 02:24

איך געב נישט יעדער ראש חודש און איך האלט אז צו געבען איז נישט מער ווי שוחד. איך צאל שכר למדות וויפיל מען בעט און איך זיך נישט קיין הנחה. אפילו פורים וואלט געווען א טובה װען מען געבט דער געלט פאר א פארטרעטער פון דער תלמוד תורה אדער צו איין טאטע צו געבען דירעקט צו די מלמדים. אויך וויל איך בשום אופן אז מיינע קינדער זאלן זען וויפיל איך געב ווייל איך האלט אז עס מאכט ביליג דער מלמד אין זייערע אויגען. ווען איך שרייבֿ דעם מלמד א בריוו אים צו באדאנקן לאז איך זיי עס לייענען.

KJfireman » 22/3/2005 03:00

איך האב א חבר וואס האט געהאט פראבלעמען מיט זיין קינד אין חדר, דער רבי האט געקאלט דעם טאטן אז עס טויג נישט מיטן קינד, דעם אנדערן אינדערפרי האט ער אריינגעלייגט א הונדערטער אין א ענוועלאפ און צוגעשריבן אז ער פארלאזט זיך אויפן מלמד'ס עקספערטיז אז ער וועט עס האנדלען אויפן בעסטן אופן. ביז א טאג איז אלעס געווען מסודר...

A_Jew » 22/3/2005 12:38

איך בין אן ענגליש טיטשער און איך בין מודה אז איך געב זיך מער איבער פאר די קינדער וואס זייער טאטעס ווייזען ארויס הכרת הטוב. די הכרת הטוב מוז אבער נישט זיין אין פארעם פון געלט. דאס פארשטיי איך אז נישט יעדער קען זיך ערלויבען צו געבן געלט, אבער יעדער קען זיך ערלויבען צו געבן א שיינעם ייש"כ פון צייט צו צייט, און פורים א משלוח מנות (אפי' א קליינע) מיט א שיינעם בריעף בייגעלייגט.

איך בין א טיטשער אין 4 כתות און יעדער כתה האט בערך 20 קינדער. מיט צייט בין איך מוגבל. ע"כ ווען איך קען זיין איבערגעגבן יותר מכפי יכולתי טוה איך דאס ענדערש פאר איינער וואס וועט עס 'עפרישיעטען'.

אגב, בד"כ ביי די קינדער וואס מ' דארף זיך די מערסטע מוטשען מיט זיי איז דא די ווייניגסטע שטיצע פן די עלטערן.

קומפוט » 22/3/2005 13:34


יש לזה סימוכין במקורות

והנה לשון השו"ע והמ"ב סימן תי"ט

שו"ע
סימן תיט: מצוה להרבות בסעודה בר"ח
סעיף א
מצוה להרבות בסעודת ראש חודש.



מ"ב
ס"ק א
מצוה להרבות וכו'- וכתבו הפוסקים בשם מדרש פסיקתא כל מזונותיו של אדם קצובין לו מר"ה עד ר"ה חוץ ממה שמוציא בשבתות ויו"ט ור"ח וחוה"מ ומה שהתינוקות מוליכין לבית רבן אם מוסיף מוסיפין לו ואם פוחת פוחתין לו וכתב הב"י דמה שאמר מה שהתינוקות מוליכין וכו' קאי על שכר לימוד והב"ח פירש דקאי על ר"ח והכונה על מה שאנו נוהגין לשלוח ע"י התינוקות מעות של ר"ח לרבן ואין לבטל המנהג ע"כ:

בקיצור, המנהג במקור היה לשלוח בכל ר"ח וכיום שולחים רק בחנוכה ופורים. תשמחו.

קרעדיט ל

forestman

ekstein » 22/3/2005 17:20

ליוט ווי איך האב שוין פריער געשריבען גדענק איך דעם מקור מדרש פרשת אמור
אין יעצט האב איך עס אין די הענט אין מדרש רבה פרשת אמור פרק ל אות א אויפן פסוק ולקחתם לכם ביום הראשון וז"ל תני מראש השנה נקצצין מזונותיו של אדם חוץ ממה שמוציא בשבתות וימים טובים וראשי חדשים]]ומה שהתינוקות מוליכים לבית רבןאם מוסיף מוסיפין לו
די זעלבע גמרא פין ביצה וואס דאס איז פאר א יעדן באקאנט נאר דא אין מדרש איז דא די הוספה פין ראש חודש אין פין ומה שהתינוקות מוליכים לבית רבן אין דער טור סוף סימן תי"ט ברענג עס בשם דעם פסיקתא

תוקן על ידי - ekstein - 22/03/2005 17:29:06

מלך_בבל » 22/3/2005 17:39

ענדע צדיק

ווי קומט א איד צו שרייבן שוחד אויף א זאך וואס ווערט דערמאנט אין טור הלכות ראש חדש? עיין סימן תי"ט ובמפרשי הטור

ענדע_צדיק » 23/3/2005 00:18

אין די צייטען פון דער טור איז נישט געווען תלמוד תורה'ס און יעדער טאטע האט געהאט א באזינדערע קאנטראקט מיטען מלמד ממילא האט יעדער געקענט געבען וויפיל ער האט געוואלט. היינטיגע צייטען זענען מלמדים איינגעשטעלט דורכען מוסד ממילא האט ער נישט קיין שום רעכט צו ענדערשען איין קינד איבער א צווייטען. אז עס וויל עמעצער מקיים זיין דער טור זאל ער צאלען זיין שכר לימוד אין צייט און אז ער וויל קען ער מוסיף זיין וויפיל ער וויל.

טיטשער: דאס וואס איר שרייבט איז דער שטערקסטער טענה אז תלמוד תורה'ס דארפן אסרען עלטעערען פון געבען טיפס. אויסער דעם, וויפיל מאל זעה איך אז די זעלבע טאטעס וואס פארפירען ווען דער תלמוד תורה בעט א העכערונג אדער עקסטער געלט אויף עפעס זענען די זעלבער וואס לאזן זיך קאסטען אויף עליות און טיפס.

ekstein » 23/3/2005 00:53

זייט ר יושע בן גמלא איז געווען אין א יעדע שטאט א תלמוד תורה חוץ אין די דערפער ווי עס איז נישט געווען אפילו קיין מנין איז געווען אין קרטעשמע א מלמד אין אאל דאס אויך נישט אבער צו זאגען אזא זאך איז בלויז טיפשות אין אומפארגינערשאפט פאר די מלמדים וואס קענען אסאך מאל ווארטען וואכן אויף א געהאלט אין דאס איז ממש א חלק פין זייער פרנסה


תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 23/03/2005 6:33:55

ענדע_צדיק » 23/3/2005 01:07

מיסטער עקשטיין, א דאנק אייערע קאמפלימענטען און העפטלעכקייט.

טאמער האט איר נישט באמערקט, דא רעדען ציוויליזיערטע מענטשען און מיר האלטען שוין פרשת צו. אייערע שפראך צייגט אז איר שטאמט פון די אשכולות ווי מען האלט נאך ויקהל-פקודי.

מלך_בבל » 23/3/2005 01:14

סתם למען הפאקטן

אין יעדע שטאט איז געווען א תלמוד תורה, אבער רוב עולם האט געוואוינט אין דערפלעך וואו יעדער בעל הבית האט אויפגעהאלטן א געדונגענעם מלמד

אבער דער פסוק זאגט כי השוחד יעור, צי מען מעג אדער נישט, דאס מיינט נישט אז מען טאר נישט געבן א טיפ ראש חדש

וואס איך טו, איך גיב נישט יעדן ראש חדש, אבער כסלו מיט אדר רוק אריין א גרעסערע מטבע און שרייב אויפן קאנווערט לכבוד חנוכה און ראש חודש

הייסן די מוסדות נישט לאזן געבן א טיפ איז ממש רציחה, וויפיל א מלמד מאכט איז קיינמאל נישט גענוג, פרובירט נאר האבן דאס קינד איין טאג אינדערהיים (וויאזוי נעמט איר/אייער פרוי אויף די נייעס אז עס איז נישטא קיין חדר צוליב א שניי?..)

אלא מאי, אפשר חנוכה און פורים זאלן אויך זיין בכלל דעם איסור?

מלך_בבל » 23/3/2005 01:16

עקשטיין קיינער איז נישט מסכים מיט דיין ניווא שפראך

ekstein » 23/3/2005 01:17

נישט ווען מען רעד מיט אן הסתה צו אינטערברעכן הכנסות פאר הונדערטער כלי קודש מיט בלויזע דמיונות אין געפילען וואס האט נישט קיין פלאץ אויך דא אין הייד פארק אין איזגעגנזאץ די היסטערי פין כלל ישראל איןאלע יארן זייט ר יושע בן גמלא האט געגרינדעט די ערשטע תלמוד תורה אין אין מאמרי חז"ל אז עס איז עצם מצוה פינקט ווי הוצצאות שבת ויו"ט אין דער טור ברינגט דאס להלכה
וואס איז שייך צו דיבעטיאן אויף אזא זאך?

אייןסאטמאר » 23/3/2005 01:35

די גמרא רעט פון שכר לימוד נישט פון טיפס.

דרך אגב סאטמאר ב"פ צאלט יא פינקטליך יעדע 2 וואכן, מסתמא רעדטסטו פון דיין קאראטירטער מוסד סאטמאר וומ"ס

תוקן על ידי - אייןסאטמאר - 23/03/2005 1:40:02

ענדע_צדיק » 23/3/2005 01:56

איך האב פון אנהייב געשריבען אז מען זאל געבען נאר נישט דירעקט פאר דער מלמד. א טאטע קען צאמנעמען אדער די תלמוד תורה'ס קענען שטעלען א מענטש באזונדער אויף דעם אז דער געלט זאל נישט אויסגעמישט ווערען.

שרייבערס דא האבן אליין מודה געווען אז זיי געבן אלץ שוחד. ודכירנא כד הוינא טליא אז די מלמדים האבן זיך נישט געוואגט אנצורירן א גביריש קינד. איז ווער האט געכאפט?

למען הרעקארד, איך און מיין ווייב זיצן שוין דער לעצטער צוויי שעה און שרייבען אויס בריוו און פילן אן קאנווערטען פאר די מלמדים און טיטשערס. במקום שאין איש...

ekstein » 23/3/2005 02:24

די קינדער פלעגו אין צייטען פין חז"ל אויך נישט טראגען די שכ"ל ווי עס שטייט אין גמרא אין בבא בתרא די שטאט מענשטעו האבן דאס באצאלט אין מיט דעם אלעם איז דער לשון המדרש ממה שמוליכין תינוקות של בית רבן אז דאס איז א עקסטערע זאך

תוקן על ידי - ekstein - 23/03/2005 2:29:22

KJAlliance » 23/3/2005 02:55

עקשטיין, איך ווייס אז די ווערטער "ר' יושע בן גמלא" ליגט דיר גוט אין די ביינער.......... הפנים האסט עס אסאך געהערט..........

אבער עס שטייט נישט אין ערגעץ אין די ביכלעך - וואס דער חשובער און געהויבענער עסקן לטובת המוסדות און לטובת אסאך יחידים ה"ה הרה"ג ר' דוד אהרן לאנדא שליט"א- האט ארויסגעגעבן, אז די אלע תקנת ר' יושע בן גמלא האט אנגעהאלטן

אוודאי אין שו"ע שטייט כל עיר שאין בה וכו' מחריבין און לויט איין גירסא מחרימין, אבער ווען מען רעדט פון היסטארי פון די גמרא'ס צייטן ביז היינט, איז פארשטייט זיך אז די הלכות, איז אייביג די זעלבע, אבער געווען בעסערע צייטן וויד גמרא זאגט -איך געדענק נישט אויף וועלעכע תנא, אז פון דן באר שבע האט יעדער געקענט גאר אסאך, אבער געווען פיל צייטן וואס עס איז געווען שוואך, און צו אנהייבן שעלטן, איז משמע אז די קומסט טאקע פון א פאמיליע פון שוחטים, -אין איין תגובה שרייבסטו אז עס איז דא 5 שוחטים אין דיין פאמיליע- נאר דארט אין דא אזויפיל חמימות צו רצ....

און נאכאמאל ווען מען שמועסט עפעס אויס, מוז מען נישט שעלטן אימער

[אגב, לכבוד פורים, ווען גייט מען אין ווילי נאכמאכן די קרן ויואל משה, אזויווי מען האט געטאן מיט ביומו תתן שכרו,]

KJfireman » 23/3/2005 04:50

ענדע צדיק:

האסט ארויסגעברענגט א געדאנק וואס איך האב נישט געטראכט פריער, אז מיט שיקן געלט פאר די מלמדים בא'עוול'ט מען אפשר די אנדערע קינדער אין חדר וואס זייערע עלטערן שיקן נישט.

נאכן דורכטראכטן די צדדים לכאן ולכאן האלט איך אז די טענה איז נישט ריכטיג, און ס'ליגט א חוב אויף יעדן טאטען ארויסצוווייזן פאר'ן מלמד זיין פערזענליך געפיל, אויסער די שכר לימוד וואס ער צאלט פאר'ן מוסד.

איי ס'איז דא טאטעס וואס טוען נישט דעם מאקסימום לטובת זייערע קינדער, דאס מיינט נישט אז אנדערע דארפן זיך אפהאלטן, פארקערט מען טרעפט אין חז"ל אויף גאר אסאך פלעצער ווי זיי לויבן די וואס האבן זיך אנגשטרענגט מער ווי אנדערע צו לערנען זייערע קינדער אדער זיך אליין, כאטש אסאך מאל איז עס געגאנגען אויפן חשבון פון אנדערע.

יהושע בן נון האט זוכה געווען צו גרויסע זאכן ווייל ער האט זיך נישט אוועקגערירט פון משה רבינו, כאטש אין די צייט האבן אנדערע אידן נישט געקענט זיין אזוי נאנט, די זעלבע זאך זענען געווען תלמידים וואס האבן אויפגעהאלטן זייערע רבי'ס מיט קשיות און פראגעס און איבערגעפרעגט הונדערטער מאל ווילאנג זיי האבן קלאר פארשטאנען, כאטש זיי האבן אויפגעהאלטן דעם רבין פון זיין צייט, וכדומה.

עס איז קלאר אז יעדער טאטע איז מחויב צו טאן דאס בעסטע פאר זיין קינד, און דארף מיט אלע מיטלען מאכן אז זיין קינדס רבי זאל האבן א געפיל צו זיין קינד. עס מוז נישט זיין דוקא מיט געלט, אבער געלט איז לכאורה דאס גרינגסטע.

עס קען אויך זיין מיט א פשוט'ן טעלעפאן קאל "איך האב פארהערט מיין אינגל ער האט זייער גוט געקענט, איך מוז דיר זאגן א יישר כח, דיין ארבעט איז געוואלדיג". "מיין יונגל האט מיר נאכגעזאגט די וואך אזא גוטן פשט אויפ'ן חומש, איך האב עס נאך קיינמאל נישט געהערט".

אבער אז מען שיקט געלט צוזאמען מיט אפאר ווערטער האט עס טויזנט מאל מער חשיבות. מען "פארשטייט בעסער" דעם קאמפלימענט...

עס איז קלאר אז מען באעוולט נישט די אנדערע קינדער ווען מען טוט דאס, אבער מען באעוולט דעם אייגענעם קינד ווען מען טוט עס נישט!

איך האב אמאל געהערט פון רב בראווערמאן אז ער האט אנגעקאלט א יונגל'ס טאטע, און יענער האט נישט געדענקט פונקטליך וויאזוי זיין יונגל'ס רבי הייסט... נו וואס קען מען שוין פארלאנגען פון דעם רבי'ן?





קיין פאליטישע תגובות ענטפער איך נישט אין דעם אשכול...

געזעגענען » 23/3/2005 06:23

איך שיק יעדן חודש געלט פאר אלע מלמדים פון מיינע קינדער. נישט צופיל, ווענדט זיך אינעם חודש. און אין ספעשל מאמענטן למשל ר"ח טבת אינמיטן חנוכה, געב איך טאפלט.

איין מלמד, שיקט מיר אפילו צוריק יעדעס מאל דעם ענוועלאופ און באדאנקט זיך דערויף מיט "א הארציגן יישר כח, פון ... דער מלמד". וואס כ'שפיר אז ס'איז טאקע פון הארץ.

כ'ווייס נישט צו דער מלמד גיט זיך אפ מיט מיין אינגל שטערקער פון אנדערע, אבער כ'פיל יא אז ער גיבט זיך גוט אפ מיט אים. און אויב האב איך עפעס א קאמפלעין פאלט עס נישט אויף טויבע אויערן.

כ'גלייב אויך נישט אז דורך מיין געבן טיפס בא'עולה איך דערמיט אנדערע קינדער פונעם קלאס. אבער כ'שפיר אז ס'איז א "מוז" אויב מיין איך אמת'דיג די הצלחה פון מיין קינד און זיין תכלית הנרצה בעז"ה.

A_Jew » 23/3/2005 11:38

ענדע צדיק,

איך האב נישט געשריבען אז איך בין מער נוטה צו די קינדער וואס זייערע עלטערן געבן געלט. איך פיל זיך מער פארפליכטעט צו די קינדער וואס זייערע עלטערן ווייזען ארויס הכרת הטוב. און אזויווי איך האב שוין פריער געשריבען, הכרת הטוב מוז נישט זיין מיט קיין געלט. דאס איז זייער א נארמאלע און פארשטענדליכע זאך אז א מענטש וויל ענדערש משקיע זיין דארט וואו מען שאצט זיין ארבעט.

איך האב פאריאר געהאט א קינד וואס איז נישט געוועהן אזוי גרינג (איידעל גערעדט...). נאך משקיע זיין אין איהם און פראבירען צו העלפען האט ער זיך אביסעל פארבעסערט. אין די ערשטע צייט, ווען איך פלעג טרעפען זיין פאטער פלעג איך איהם זאגען אז זיין זוהן פארבעסערט זיך. איך האב אויפגעהערט נאך דער דריטע מאל וואס ער האט מיר געפרעגט... דערמאן מיר נאר, וועלכע זוהן טיטשטס דו? איר קענט פארשטיין וויפיהל חשק עס איז אין מיר געבליבען ארויסצוהעלפען דעם קינד.

מצד שני, פאר אפאר יאר צוריק האב איך געהאט א קינד וואס איז אויך נישט געוועהן קיין לייכט יונגעל און איך האב געדולדיגערהייט אריינגעלייגט כוחות אין איהם ביזען לעצט טאג. פארוואס? ווייל ווען זיין פאטער פלעגט מיר טרעפען פלעגט ער מיר זאגען, "א ייש"כ, מיין זוהן האט אזוי הנאה, דו מאכסט אזא גוטען דזשאב וכדומה." אז איך האב געזעהן אז מען עפרישיעט מיין ארבעט האט עס מיר געגעבן מוט אויף ווייטער צו גיין.

איך האב נאך קיינמאל נישט מפלה לרעה געוועהן א יונגעל צוליב פריוואטע חשבונות מיט זיין טאטע, אבער איך גיי אויך נישט לפנים משורת הדין ווען איך זעה נישט קיין שום באצאלט (אפי' מיט שאץ ווערטער).

די דגמאות וואס איך האב געברענגט זענען אחד מיני רבות, און איך האב יעדעס יאר אלע סארט קינדער און עלטערן.

פארוואס פארשטייסטו אז א מלמד דארף זיך אוועקלייגען (מער ווי ער איז מחויב עפ"י זיין געהאלט) בזמן וואס די עלטערן קענען נישט ארויסווייזען קיין שום עפרישיעישאן?

מאירקע » 28/3/2005 05:38

איז 5 $ גענוג טיפ פאר א באס דרייווער
אדער פאר א באס רבי

פייפער » 29/3/2005 14:04

איך האב געגעבן
100 א רבי
50 א פרייוועט רבי פון חדר
36 א פרייוועט רבי וואס איך צאהל וועכנטליך
18 א טיטשער
10 באס רבי
10 באס דרייווער

kelloggs » 29/3/2005 14:20

וויפעל איז געבליבען פאר דיר?????

מאירקע » 25/12/2005 16:27

נישט פארגעסן חנוכה געלד

Baachi » 25/12/2005 21:35

ידידי היקרים

אדאנק אייך פאר די שיינע תגובות וועגן א נושא וואס מקען זיך שווער פארלאזן אויף אייגענעם כוח השופט (דזשאדזשמענט בלע"ז), מחמת אדם בהול על ממונו...

פייפער
אדאנק אויך פאר דעם פרייז ליסט.

מיין שאלה:

ס'הערטציך מיט א
מגיד שיעור?
נאכט סדר?
פארטאגס?
וועקער פון גרויסע בחורים?
וועקער פון קליינע בחורים?
מנהל?
סגן מנהל?
באס מנהל - דעם וועם מ'רופט יעדען מאנטיג אין דאנערשטיג צו טוישן דעם סקעדיול ווייל סאיז אחתונה/דאקטער.בעיבי וכדומה
משגיח?
ענגליש פרינציפאל?
מיידל טיטשער?
פרינציפאל?
שמש אין שוהל?

דארף מען זיי געבין אויף חנוכה? און וויפיהל?

Baachi » 27/12/2005 19:15

המצפה לתשובה

הצלה2006 » 29/12/2005 05:10

מאירקע אין די ענין איז נישט דא אזא זאך ווי גענוג
מען געט וויפל מען קען
עס איז א גוטע זאך ציצישרייבן א פאר ווערטער דאס איז א סאך מאל מער ווערט פונעם טיפ