היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ניי אין קרית יואל - רפואה העלפליין

ניי אין קרית יואל - רפואה העלפליין

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1319122

פומבדיתא » 20/3/2005 23:15

נאך א רינגעלע אין די קייט פון חסד אין קרית יואל - איז די נייע רפואה האטליין, געגרינדעט דורך העסקן החשוב ר' משה שמואל לאנדא וזו' תחי'.

די מוסד דינט פאר א העלפליין אין אנגעלעגענהייטן בנוגע צרכי רפואה אין אלע הינזיכטן אנגעפאנגען פון אינפארמאציע אויף דאקטוירים און גענדיגט ביי געלט דעקונג (ווי נויטיג.)

צום באמערקן: די ארגאניזאציע איז שוין א אלטע , און עס האט שוין ארויסגעהאלפן אומצאליגע אידן פון קרית יואל און פון אינדרויסן, ווי אויך האט עס שוין געשפארט שווערע הודערטער טויזנטער דאלארן פאר אידישע קינדער!!!

כה לחי!

גוטזאגער » 23/3/2005 02:15

וואס איז דאס אנדערש פון ביקור חולים, פארשטיי איך נישט.

KJAlliance » 23/3/2005 03:07

גוט זאגער אויב האסטו געליינט די בריוו פון חברה הצלה שטייט דארט זייער קלאר

עס איז א פאקט אז די ארגענעזאציעס "גמ"ח הצלה" "לינת הצדק" און יעצט "רפואה העלפליין" זענען געבוירן דורך ר' משה אהרן שטיינבערג ענד קאמפאני,

און די סיבות וואס האט געברענגט דערצו, איז אז ווען איינער טוט הצלת נפשות מיט אזא געפיעל און אויף אזא פארנעם ווי ר' משה אהרן, ברעגנט דאס, אז מען אנטלויפט נישט פון א קאל, מען דארף פארן מיט א פאציענט נאכדעם צוריק צום דאקטער, און אויב בלייבט ליידער אין שפיטאל דארף מען זעהן וועגן וויאזוי אנצוקומען, אזוי איז געבוירן געווארן די "גמ"ח הצלה" און נאכדעם ווערט די פראגע, ווער זאל זיין מיט די פאציענט, פון דעם איז געבוירן זיין 'ברודער' "לינת הצדק", און אויב דארף מען גיין נאכדעם צו דאקטוירים איז די פראגע צו וועם זאל מען גיין, און דאס ברעגט די פראגע פון 'כסף מנלן', איז יעצט געבוירן א פרישער 'ברודערל' "רפואה העלפליין" וואס באמת איז עס שוין אומאפציעל עטליכע יאר, נאר ווי געשריבן אין דעם בריוו, איז די הוצאות געוואקסן 'ליידער' ממילא האט מען געמוזט גיין פאבליק

און בנוגע דיין פראגע וואס די חילוק פון ביקור חולים, איז דא עטליכע סיבות,

איינס: דער פארלאנג איז ליידער 'גענוג' גרויס

צוויי: מיט דער גרעסטער רעספעקט צו ביקור חולים, זיי טוען טאקע אויף גדולות ונצורות, אבער למעשה זענען זיי נאך א אמאליגע טיפ ביקור חולים, היינט ווען עס איז דא, בוני עולם, עכא"ו, און נאך, זענען זיי נאך געבליבן די זעלבע, און דעריבער ווען די זעלבע עסקנים האבן סייוואו שוין געטוען וואס זיי טוען, האט זיך בלויז געטוישט אז זיי זענען ארויס אין די גאס נאך געלט

אגב, וואונדער איך מיר, וואו איז אונזער 'עקשטיין' און זיינע קאלעגע'ס וואס האבן אייביג לויב ווערטער ווען עס עפענט זיך אזא ארגענעזאציע אין קרית יואל, ווי איז די לינק'ס אז זיי מאכן מיליאנען און נאר פארדעם טוט מען דאס, ווי זענען זיי פארשווינדן, הלא דבר הוא?????

שדים_טאנץ » 23/3/2005 20:50

קעי דזשעי

שאני רפואה העלפליין

ווייל דארט רעדט זיך עס פון א ברודער