זיגי אין קאמף קעגן פרויען אין קינדער
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1318360
ביי די הירינג וואס איז פארגעקימען דאנערשטיג פאר די טאון, איבער זיגי בראכ'ס סאב דיוויזשען אפליקעשן, זענען געקומען ארי פריעדמאן (משה X-מאנראער'ס זון) אין עלען ליפמאן (זאלי לאיער פון לארקין ראוד בילדינג) אין זיי האבן געשריגען אין פארפירט אז זיגי ווילן בשום אופן נישט נאכגעבען די פארלאנגען פון די וויליזש, אז ער זאל עפענען א וועג פאר די מענטשן פון עצי תמרים, מאמעס אין פיצלעך קינדער
זיי האבען געשריגען אז ס'קומט נישט אין באטראכט ווייל זיגי וויל בויען א "געטעד קאמיאניטי" (א געגענט ארומגענומען מיט א געיט) אין ס'זאל שטיין א שומר ביי די טיר, זיי האבען געזאגט אז די גאנצע זאך גייט זיין זייער פרייוועט אין קיינער גייט נישט קענען אריבערגיין אין וועגען דעם איז נישטא וואס צי הערען אז ער זאל בויען א דארכגאנג פאר די מאמעס אין פיצלעך קינדער.
אויב זיגי טיט דאס אין דארף נאך הייסן א פיינע מענטש דעמאלץ זאל אונט גאט באהיטן פון פיינע מענטשן...
בארואיג זיך באראש טייערער.
ווילאנג ער בויעט אויף טאון אוו מאנראו טעריטאריע וועט ער טאן וויאזוי עס קומט אים גוט אויס.
אויב וויל ק"י א דורכגאנג האבן זיי א ברירה צו ענעקסן דעם לאט און זיך אויסנעמען מיט אים תנאים וואס זאל ארייננעמען דעם פרט אז עס מוז זיין א דורכגאנג.
דערווייל וועט ועד הקרי' מוזן טרעפן אן אנדערן וועג (אפשר גאר צושטעלן א העליקאפטער שאטל אין שטעטל אריין...) וויאזוי צו אקאמעדעיטן די דארטיגע איינוואוינער. עס איז זייער פליכט און נישט פון הרב בראך!
תוקן על ידי - davka - 21/03/2005 0:11:05
איין זאך קען איך דיר זאגן, קרית_יואל. די פראפערטי גייט נישט געענעקסט ווערן און ס'גייט אי"ה זיין א שיינע ברייטע וועג פון עצי תמרים ביז פארעסט ראוד. ס'גייט אריבערלויפן פונקט אינמיטן זיגי'ס לאט.
און נאכדעם גייט זיגי נאך אראפגעבן תרומות ומעשרות פון זיין לאט, אויסצוברייטערן פארעסט ראוד און מאנטעין ראוד.
דו האסט נישט קיין אהנונג וואספארא כח א ווילעדזש האט.
דזשאסט וועיט ענד סי.
תוקן על ידי - davka - 21/03/2005 0:11:52
קרית_יואל
פאלט דיר נישט איין, אז אפילו נניח, אז טאון אוו מאנראו זאל 'היינט' אפראווען אלעס פונקטליך, וואס זיגי האט פראפאזט, קען נאך אלץ די 'גויאישע' ווילידזש אוו קרית יואל, 'קאנדעמען' דעם "זעלבן" שטח, וואס זיי האט יעצט געבעטן אז זיגי זאל עס געבן "מרצונו הטוב" און הייסן דער גוטער
אז נישט מיט גוטן וועט עס גיין מיט בייזן
ווי שעל וועיט ענד סי
און נאכדעם, וועלן מיר אלע זינגן אינאיינעם, 'די פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן'
א שטיקל פארשטעלונג ווי אזוי מען 'קאנדעמט' קענסטו אנפרעגן ביי דעם גרויסן נגיד הרה"ח ר' גבריאל בויער שליט"א, וואס מען האט אים 'קאנדעמט' 2 אקער צו קענען מאכן די טוישענגען אויף רוט 105
אלייענס דו ביסט גערעכט אז דער ווילידזש קען קאנדעמען לצורך הרבים, נאר דער ביישפיל וואס דו ברענגסט איז נישט ריכטיג ,אויף רט. 105 ,טוט דאס די קאונטי וואס פאר זיי געהערט די רד. ,ווייל די געדרייטע רד. איז שרעקליך מסוכן.
דא איז א בריוו אין רעקארד וועלן דעם אויסטערליש סכנה'דיגער רד.
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1242510דו ביזט גערעכט און איך בין גערעכט
אמת, אז די קאונטי האט עס קאנדעמט, אבער דאס האט די ווילידזש געבעטן, אז דו קאונטי זאל עס טאן, און ווען די קאונטי זאל ווען ארום שלעפן וואלט עס די ווילידזש געטאן
די זעלבע דא אויך, די ווילידזש וויל אז די טאון זאל טאן די ארבעט פאר זיי, אז נישט וועלן זיי עס אליין טאן
אגב, גוטע נייעס פאר דיר מר. קרית יואל, די קעיס וואס איז יעצט ביים סופרים קארט, וועגן דעם ענין, וואס ווערט גערופן "עמינענט דאמעין" קוקט אויס, אז די מאכט פון די גאווערמענטס וועט נאך ווערן פיל שטערקער, ווייל די דיון איז, אויב א גאווערמענט מעג אוועקנעמען לאנד פון א יחיד און עס געבן פאר א אנדערן 'יחיד' ווען דער 'ציבור' האט "אויך" הנאה דערפון
הפנים, מר. קרית יואל, קען זיין אז די ווילידזש וועט סיי אוועקנעמען פון זיגי צו מאכן "איין" וועג, און נאכדעם פון '82 ליע עוו' נאך א שטח צו מאכן א "צווייטן" וועג
ביזדערווייל וועט מען עס נוצן אלץ א אישו געגן די זאלי'ס
בקיצור די ווילידזש נעמט ארויס דערפון "טריפל נעט"
קאונטי, ווילידזש, וואס איז די חילוק.
דער עיקר איז אז א גאווערמענט קען טאן וואס זיי ווילן ווען ס'פעלט זיך אויס פאר צרכי רבים
און זיגי זאל טאקע נאר פייטן ביי די טאון, ווייל אזוי וועט ער נאר ארויסגיין א גרעסערער לוזער פון דעם גאנצן עסק ביש.
פריי דיר נאכנישט אזוי פרי.
דער ווילעדזש וועט נאך א סאך שוויצן ביז זיי וועלן זיך דערזען מיט די גניבות...
באראש פרובירט צו פארקויפן זיינע לאקשן תורות דא און קומט איינער און צעשמעשטערט עס...
תוקן על ידי - davka - 21/03/2005 0:12:47
קרית יואל,
דער פארום האט זיך אנגעפאנגען זייער נארמאל ביז ס'איז געווארן דריי אזייגער, און דער רבי האט ארויסגעלאזט די קינדער פון חדר.
תוקן על ידי - שדים_טאנץ - 20/03/2005 23:26:10
תוקן על ידי - davka - 21/03/2005 0:26:37
נאכ'ן ליינען די אשכול ווערט מיר ביטער אויפן הארץ
פארוואס מאכט איר מיר שווער די ארבעט? האב איך נישט גענוג שוועריגקייטן צו מענעדזשן די פארום?
שדים_טאנץ, ווען איך האב געעפנט די פארום האב איך געמאכט א פאליסי אז איך בין קיינעם נישט חוסם נאר איינער וואס רעדט ניבול פה, און אויב דארף איך חוסם זיין קרית_יואל, דארף איך דיר סאך ענדערש חוסם זיין פאר'ן מאכן גילוי שמות, וואס דאס איז אן עון פלילי.
איך באקום אלס ווייניגער און ווייניגער געדולד צו פירן די פארום און אויב וועט עס גיין אויף אזא וועג וואס דער עולם קאאפערירט נישט מיט מיר, און נוצט אויס די פארום זיך צו אטאקירן פערזענליך, וועל איך געבן דעם פארום א פינקע סליפ און עס איבערגעבן פאר ווער ס'וויל עס פירן.
מען קען זיך טענה'ן און דעבאטן אבער נישט אטאקירן ווי קליינע קינדער ווי למשל נערוון אטאקע, משוגענער, צודרייטער, בעיבי.
איך וויל נישט דא זאל ווערן א מצב ווי עס איז געווארן אין אנדערע אידישע פארומס וואס האבן זיך געדארפט שפארן, ווייל מענטשן האבן זיך אנגעפאנגען צו עקלען אריינצוגיין אהין, ווייל די ניווא איז געווען אזוי שרעקליך און קינדעריש.
מנהל
איר זענט 100 פראצענט גערעכט.
פון מיין זייט איז עס ערלעדיגט, פארשטייט זיך אויב דער צד שכנגד וועט זיך האלטן דערצו.
מנהל
איר זענט 100 פראצענט גערעכט
פון מיין זייט איז עס ערלעדיגט, אפילו אויב די אנדערע זייט וועט זיך נישט האלטן דערצו
תוקן על ידי - זאליweaky - 21/03/2005 3:02:14
דאס אליינס אז יחזקאל בראך גייט בויען א געיטעד קאמיוניטי איז א פארברעכן שאין כמוהו.
ביי די הורינג האט יחזקאל'ס לאיער געזאגט אז זיי ווילן בויען נישט מער ווי 49 דירות , דהיינו ווילאס ,אויף די פראפערטי, און אז ס'גייט זיין פאר מענטשן פון די סיטי און נישט פאר קרית יואל'ע איינוואוינערס.
נניח אז ועד הקרי' וויל אים נישט ענעקסן , פארוואס זאל ער נישט דארט בויען די מעקסימום 98 הייזער וואס מען קען בויען לויט די געזעצן פון טאון ?
און פארוואס זאל עס נישט זיין נאר פאר קרית יואל'ע איינוואוינערס אין נישט פאר שטאטישע ?
און פארוואס וויל ער בויען א רעזארט געגנט אינמיטן א באוואוינטע אידישע געגנט ?
דאס ווייזט נאך אמאל אז יחזקאל מיינט נישט די טובה פון קרית יואל'ע איינוואוינערס .
ערשט זאל די ועד הקרי' ווייזן אז זיי מיינען די טובה פון ציבור.
אויב זיי מיינען טאקע די טובה פון ציבור, וואלטן זיי געדארפט קעגנקומען הרב בראך און אים העלפן צושטעלן דירות פאר'ן ציבור.
די ועד הקרי' איז א ציבור'ישע קערפערשאפט, און הרב בראך איז א פריוואטער מענטש, און איז נישט מחויב צו דערלייגן געלט ווייל ועד הקרי' וויל מאכן געלט.
א רחמנות אויף חזקל בראך, די זאלונים רייטען אויף איהם BIG TIME
קרית_יואל, מען האט שוין אנגעגרייט אסאך קעיסעס וואסער, און מען וועט אי"ה רואיגערהייט שוויצן, ביז ווילאנג חזקי וועט לאזן מאכן א וועג פון עצי תמרים ביז אין שטעטל אריין, ווי ער איז מחויב ע"פ תורה און ע"פ דינא דמלכותא דינא.
און וואס פלאפלסטו די גאנצע צייט וועגן קעגן גיין הרב בראך? די ועד הקרי' האט געדראפט זייערע אייגענע ענעקסעישאן פלענער צוליב דעם אנגעצויגענעם מצב. דער מעיאר האט קלאר געזאגט אז ביז א האלב יאר זאל מען נישט רעדן פון ענעקסעישאן, כדי נישט אויפצורעגן די גוים.
ווען חזקי וואלט געהאלטן ביי עפעס וואלט דאך געווען איין זאך, אבער ניטאמאל האלט ער ביים ענעקסן זיין פראפערטי. ער וויל דארט בויען טייערע הייזער פאר עשירים.
קרית-יואל
וואטש וואס די רעדסט ,הרב בראך וועט דיך "פייערען" פארן זאגן די געאסר'טע ווערטער,
וועד הקריה איז א "רבים" ,און הרב בראך איז א "יחיד" .
לויט הרב בראך'ס דאגמע איז ער דער "רבים",און וועד הקריה איז דער "יחיד".
ח..... הזהרו בדבריכם!!!
איר אלע פארשטייט דא אז יחזקאל בראך דארף זיך צושטעלן צו די קאפריזנע פארלאנגען פון גדלי' סעגעדין און מאיר הירש
לאמיר אביסל גיין דיפלאמאטיש נישט פאליטיש, יחזקאל בראך פארמאגט א פראפערטי און ער אינאיינעם מיט נאך א מספר פריוואטע מענטשן האבן איינגעגעבן פאר אנעקסעישן, און צוליב א רודעריי וואס עס האט זיך אנגהויבן ווען די ווילעדזש האט געמאלדן איבער די פייפליין און די הצלחה וואס קרית יואל האט ב"ה געהאט מיט אפקויפן עיס פארם האט צוגעגעבן, און עס האט אויפגערעגט די גוים, האט מען אפגערופן די אנעקסעישן מצד די ווילעדזש, און מען פראבירט מיט אלע כוחות אז די אנעקסעישן פון די פריוואטע אייגנטומער זאל אויך נישט צושטאנד קומען, יעדער פון אונז פארשטייט קלאר פארואס עס וועט נישט טויגן אז די ווילעדזשעס אנעקסעישן וועט נישט געשען און די פריוואעט אנעקסעישן וועט יא צושטאנד קומען, און איך וועל נישט שרייבן א זאך וואס יעדער פארשטייט.
יעצט, נישט פאליטיש געטראכט,ווען מאיר הירש ענד קאמפאני (איך שרייב מאיר ווייל יעדער ווייסט אז עס איז ער און נישט אברהם אדער א צווייטער..) האט א "פריוואטע ביזנעס פראבלעם" מיט יחזקאל בראך, אז יחזקאל וויל זיך נישט צושטעלן צו אים פונקטליך אזוי ווי ער וויל, (פארשטייט זיך אז מאיר האט נאר אינזין די עתיד פון אונזערע קינדער און עס ברענט אין אים דער עתיד פון קרית יואל) נו מאיר און גדלי' ווער ס'איז, ווילן זיך נישט בייגן קיין אינטש פאר יחזקאל נאר אדרבא מען פירט אים ארום מיט שוועריגקייטן (איך זעה די דאקומענטן פון ביידע עס איז אפענע אינפארמאציע דא אויף היידפארק)
פארשטייט איר דא אז יחזקאל דארף עפענען א שארט קאט?, ניין!!, א "ראוד" פאר עצי תמרים? ווען מען האלט נישט ביים ענעקסן די פראפערטי? לאמיר טראכטן ביזנעס,
אהא! יחזקאל זאל באצאלן פון זיין טאש א ראוד, מיט אינפאסטרוקטור וואסער אין סוער, אוועקגעבן פראפערטי פאר ברייטע ראודס, אז אויב יחזקאל וועט פארקויפן סובדיוויזשאן'ס און מען וועט שפעטער ענעקסן זאל אלעס זיין צוגעשטעלט פאר מאיר'ן??!!
איך פארשטיי אז גדלי' פארלאנגט עס מצד די ווילעדזש, ער מעג און דארף אפשר נעמען א טשענס, ער דארף טראכטן וואס איז גוט פאר די ווילעדזש, אבער צו זאגן אז יחזקאל מוז עס נאכגעבן אזוי גלאט???? נו
עס איז א געלט סכסוך ווי קיינער וויל זיך דערווייל נישט בייגן, יחזקאל זאגט מען וועט קענען בויען ביליגע האוזינג און עס וועט קענען זיין א אפענע דירות מארקעט, און מאיר שרייט אז ער ארבעט נאר אויפן עתיד פון אונזערע קינדער און אייניקלעך און דער עתיד פון קרית יואל אויף לאנגע יארן ארום, אינפאסטרוקטשור, מוסדות, עירוב, באסעס........... ונראה וואס עס וועט זיין צום סוף, ווער עס וועט זיגן?
אבער אויף דערווייל לדעתי איז א ילדות צו שרייבן אז זיגי פירט א מערכה קעגן פרויען און קינדער, נו באלד וועט קומען א צוויטער חכם און שרייבן אז מאיר אדער גדלי' סעגעדין פירט מערכה ווייל ער לאזט נישט ענעקסן, יעדער וועט זיך טרעפן סברות, און עס וועט זיך אנהייבן אהין און צוריק דאס ילדות.
דו קייסט איבער נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע שטותים וואס אנדערע האבן שוין געשריבן.
אבער אדרבא, אפשר ברענגסטו מיר איין דאקומענט פון ווילידזש אז זיי ווילן נישט באשטעטיגן די אנעקסעישאן פון יחזקאל'ן.
לויט ווי איך ווייס איז וואודבארי געווען די איינציגסטע וואס האבן ארויסגעווארפן יחזקאל'ס אנעקסעישאן, ווייל ער האט נישט צוגעשטעלט קיין ענווייראמענט ריוויו.
און וואס זאגסטו ליגנט אז יחזקאל'ס אנעקסעישאן רעגט נישט אויף די שכנים, ווען די שכנים זענען ביטער גערעגט אז יחזקאל וויל ענעקסן הייזער פון גוים וואס וואוינען ארום קרית יואל, וואס זיי האלטן בשום אופן נישט ביים וואוינען אין קרית יואל. וואו קען זיין א גרעסער התגרות באומות ווי דעם?
און איך וויל דיר מודיע זיין אז יחזקאל גייט צושטעלן א שארט קאט און א שיינע ראוד, פון עפארדעבל געגנט ביז פארעסט ראוד.
מיר עפארדעבל געגנט איינוואוינערס זענען נישט שולדיג אז יחזקאל האט א פייט מיט איינעם און ער וויל איינעם אפטאן. אונזערע ווייבער און קינדער זענען זיכער נישט שולדיג און זיי דארפן האבן א גרינגע און סעיף וועג פון אונזערע הייזער אריין אין שטעטל.
אויב יחזקאל וועט עס נישט טון מיט גוטן וועט ער עס דארפן טון מיט בייזן.
[בילד – נישט אפגעהיט]
איר געדענקט ווען עס האט זיך אנגעהויבן די העצעריי אין רעקארד ביי וועלכע אנעקסעישן מעלדונג??
[בילד – נישט אפגעהיט]