פרייטיג צונאכטס איז דא פארגעקומען א גרויס געשלעג ווען צוויי מטורפים האבן זיך צושלאגן אין בנין אהל יהושע ווילאנג די פאליציי האט אוועקגעפירט איינע פון די חברה מיט א קאר אום שבת קודש,
איינער ש, פלאר איז אריינגעקומען בגילופין צום דעם טיש וואס דער פורים רב א טייטלבום האט געפירט, פלאר האט געשריגן אויף טייטלבום "מחה תמחה את זכר עמלק, די עמלקי גיי ארויס פון קאורט אין שפאר צו דעם פאבליק סקול, טייטלבום האט זיך ציווילדעוועט אין אים אוועקגעשטיפט ביז פישער איז געקומען צו הילף אין אים אוועקגעשלעפט, פלאר האט זיך נישט געלאזט מען האט אים אוועקגענומען דעם שטריימל אין אלע צוקוקערס זענען געקומען צו לויפן אין געמאכט א שייגעץ ארויס די פאבליק סעפטי האט אים אוועקגעפירט מיט א קאר שבת, סאיז געווען פיקוח נפש זיי האבן אים געוואלט ממית זיין,
מערקאז, איך האב ליב דיינע מעשות, ווען די זאגסט ווען נישט אז אהרן טייטלבוים האט געשטיפט דעם יוד וואלט דאך דיין מעשה כאטש געמאכט סענץ.
איך בין געווען ביי דעם טיש אין איך קען דיר זאגן שעם דיך. הרב פלאהר איז א יוד א ת"ח און א פיינער יוד, גייסטו אין די בארעדסט עם אזוי מיאוס אויף היידפארק, פארוואס? ווייל ער האט געטרונקען אפאר גלעזער מער ווי מען דארף?
אזוי קוקען אויס זאליס, כדי צו בארעדן אהרן טייטלבוים איז מותר מבזה צו זיין א יוד אויף היידפארק.
סאיז נישט געוועהן קיין שום קולות אין קיין שום פעטש, נאר אזוי קוקן אויס אלע ענקערע מעשות.
וואס יא? דער הרב פלאהר איז געווען אביסל שיכור אין איז אנגעקומען צום טיש א וואקעלדיגער, ער איז אריינגעקומען אינעווייניג אין צוגעגאנגען צום סאטמארן רבי שליט"א אין עם געגעבן די הענט אין עם געזאגט אני יהודי לא ציוני, ציונים לא יהודים, יהודים לא ציונים א.א.וו. די גאנצע פזמון (ער איז פון די נטורי קרתא)
מען האט תיכף געזעהן אז ער איז שיכור אין צוויי יונגעלייט האבען עם אנגעכאפט אין ארויסגעטראגען אינדרויסן, ווי ער איז אראפגעפאלען אויף די פלאהר (אזוי ווי זיין לעצטע נאמען איז) אין האט זיך גענומען צו ברעכען, מען האט גערופן הצלה אין מען האט עם געוואלט אריינלייגן אין א אמבאלאנס אין אוועקפירן פין דארט, אין ער האט אנגעפאנגען צו שרייען אין פארפירן "שבת, שבת. איך וויל נישט פארן שבת מיט א אמבאלאנס!"
האט מען גערופען די פאבליק סעפטי קאנסטעבעלס (פון די קרית יואל פאליס דעפארטמענט, וואס זיי קענען ארעסטירען וועלכע זאלי אדער בני יואל זיי ווילן) אין זיי האבען עם געכאפט ביי די הענט אין עם געזאגט "אדער אין אמבאלאנס אדער אין תפיסה"
אין ער איז געגאנגען ווי א שיכור אבער אויך ווי א טאטעלע
נ.ב. ווער סהאט געעפנט די אשכול זאל וויסען אז ער האט א חלק אין מבזה זיין א משפחה חשובה בישראל: די פלאהר משפחה, וואס איז באוויסט אין קרית יואל מיט זייער פיינקייט אין איבערגעגעבנקייט צי יעדען יוד. איך געדענק נאך ווי ביי די לעצטע עלעקשענס איז הרב פלאהר געשטאנען אין פראנט פון די העלט סענטער אין געטיילט צי טרינקען פאר יעדען איינעם, אהרוני אדער נישט נארמאלער מענטש, אהן קיין דיסקרימינעשען.
די משפחה טייטלבוים איז דאך אויך א משפחה חשובה, דער טייטלבוים וואס האט זיך צושלאגן מיט דעם פלאר, איז דאך א שיכור א גאנץ יאר שיכורת ולא מיין, פארוואס מעג מען אים יא מבזה זיין?
סאיז אינגאנצן נישט קיין בזיון אז א איד איז אביסל בגילופין אין ער איז מקיים מצות מחיית עמלק
פרטים פון די געשלעג צווישן טייטלבום אין פלאר
פלאר: מחה תמחה את זכר עמלק - די בוזט דער עמלק מען דארף מוחה זיין אויף דיר
טייטלבום: די בוזט דער פראפעשינאל מוחה - ווי ביזטו געווען ווען פלניא גזלנא האט געגנב'ט דעם כל אתר ואתר וואס איך מיט מיין ווייב האבן געכאפט פארטאגס
פלאר: די שעמסט דיך נישט דיין ווייב וואס רעד עברית? אין די ווילסט נאך זיצן אויף דעם רבי ז"ל פלאץ
טייטלבום: איך קען שוין דעם רבי'ןס ה' מלך, אין איך לערן מיך שוין דעם רבי'ןס קידוש,
פלאר: ה' מלך האסטו אויסגערוסן מיט אויפשטעלן א פאבליק סקול, אין ארויסרייסן אירע מזוזות, קידוש זאלסטו דיך לערנען צו מאכן א קידוש השם אין נישט קיין חילול השם פון מייקר זיין שם אלילום גיין בערכאות
טייטלבום: קארט? איך ווייס נישט בחייכון וביומיכון, איך לערן דאך מתוך
פלאר: די בוזט עמלק אשר קרך, ברענגסט דאך אריין א קרירות ביים כלל ישראל,
טייטלבום: שתי תשובות בדבר, אייןס איך ברענג חמימות נישט קרירות, אין צווייטן בין איך דאך רב אין קר"י דארף איך ברענגן קר"ירות
פלאר: די בוזט נישט קיין רב קיינער האט דיך נישט ערוועלט
טייטלבום: יענע צייטן האט מען נאך נישט געדארפט קיין וואלן, אין יענע צייטן איז דער טאטע געווען בעל הבית
פלאר: ווען איז ער געווארן אויס בעלהבית
טייטלבם: ווען סאיז קפצה עליו זקנה
פלאר: די ביזט א שיגץ אין מבזה דיין טאטן, ארור מקלה אביו ואמו
טייטלבום: עפרא לפומיה
פלאר: איך וועל דיך ארויסווארפן פון דעם שטעטל
טייטלבום: איך וועל דיר אריינשניידן אין זיבעטן ריפ מנה אחת אפים, אין אנדערע פלעצער זאגט מען פאר דיר כהנים ארויס נישט שיגץ ארויס – איך האב מיין מיליטער
פלאר: קוק וואס א דור די האסט אויפגעשטעלט
טייטלבום: די רעדסט פון קנאה - דער אלטער פון בעדפארד הילס האט אלע באמעס פון ניו יארק תלמידים
פלאר: אין דיינע תלמידים זענען באמעס בכל העולם כולו
טייטלבום: כל העולם כלו? די ביזט א זאלי? וואס האסטו קעגן כל העולם כלו? ווייל זיי האבן א שענערע בילד פון מיר אין לאנדאן?
פלאר: דיין בילד איז שוין באוואוסט אין די גאנצע וועלט, די בוזט א לוזער, קענסט פארן קיין מאנטרעאל לאנדאן נאך חיזוק ביזט א לוזער
טייטלבום: ווארט נאר איך פאר דעם זומער אויף ירושלים וועסטו זען וואס איך קען
פלאר: איך ווייס די קענסט דאווענען מנחה אין ברסלב, אין מערב ביי בינדער, שחרית אין דעם עדיסאן טעאטער,
טייטלבום: נישט גוט צוגעטראפן.. א דרשה אין סקווירא קינדער גארטן
פלאר: סקווירא אין ירושלים נעמט דאך געלט פון משרד החינוך
טייטלבום: שטעמער איז דאך שוין קראנק – איך וועל אפילו גיין אויף בעלז, אויב זיי וועלן לאזן,
שרייט טייטלבום: ווער האט דיך גערופן דא?
פלאר: א חשובע דעלעגאציע האט מיך גערופן
טייטלבום: טראגט אים ארויס פון דא כ'האב מורא ער איז פון די לאנדאנע הינט..
ואמר כל העם .........פוי.............................שייגעץ ארויס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!