היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » הרב יאנקל מיללער אויף 570AM מוצש״ק זכור

הרב יאנקל מיללער אויף 570AM מוצש״ק זכור

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1316748

Maashpia » 18/3/2005 18:51

איך האב געהערט אז הרב יאנקל מיללער יארמער רב װעט ערשײנען דעם מוצש״ק פרשת זכור אויף די ראדיא פראגרעם טאלקליין מיט זאב ברעננער (Talkline With Zev Brenner) אויף 570 AM

mekele » 18/3/2005 19:11

וויפיל אזייגער?

צופרידן » 18/3/2005 19:12

וויפיל אזייגער?

d1d2d3d4 » 18/3/2005 19:26

וויפיל אזייגער ? קיינער ווייסט נישט ?

Maashpia » 18/3/2005 19:32

איך װײס נישט גענוי לכאורה כחצות הלילה

natrul » 18/3/2005 22:15

12:00am

עפשטיין » 18/3/2005 22:34

דאס האט צוטון מיט זיין צדקה קאמפיין פאר חסדי טובים מאורות? אדער סתם לכבוד פורים?

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 20/03/2005 4:51:08

מהפך_פשטא » 20/3/2005 04:03

מען קען אים הערן אונליין?

majyar718 » 20/3/2005 05:58

אינגערמאן » 20/3/2005 05:59

אינגערמאן » 20/3/2005 05:59

sorry, mayjer got it before me

mekele » 20/3/2005 07:18

ער וועט רעדן 1:30

פדן_ארם » 20/3/2005 08:44

רעב יעקב איז יעצט אויף די ראדיא

זאב האט געזאגט אז עס װעט זײן נײע סחורה
אויך װעט מען קענען ארײנרופען

mekele » 20/3/2005 09:03

JEWISH RADIO 1-866

mekele » 20/3/2005 09:11

איינער משה פין ווילי האט געפרעגט דעם רב "וואס האלט איר וועגן מציצה בפה?"

האט די רב גענטפערט "ס'איז נישט מיין דעפארטמענט"

mekele » 20/3/2005 09:16

קינדער, הערטס אויף משיגע צומאכן ר' יענקל

תוקן על ידי - mekele - 20/03/2005 9:33:55

באראש » 20/3/2005 10:42

יאנקעל מילער איז נישט געמאכט פאר רעדיא

ער האט אוועקגעסאקט רוב צייט אין נישט געוואלט ענטפערען רוב שאלות

ער איז אויך געווען זייער גערעגט אין כמעט נישט פאני

ווי למשל איינער האט עם געפרעגט פארוואס ער הייסט יארמע רב האט ער געזאגט פאר יענעם: קאל מי עט הוים, איים נאט גענע ענסער דיס קוועשן

משהקצב » 20/3/2005 17:27

עס איז געווען ממש לבטלה די גאנצע פראגראם, אוועק געגעבען די שלאף פאר ריכטיגע נארישקייטן

בדעבד » 20/3/2005 20:19

איז דא ארכיוון פון די בראדקעסט? אזוי ווי JM IN THE AM?

פדן_ארם » 20/3/2005 23:22

איך האב גראדע יא געהאט א פאר גיטע לאכן, רעב יעקב האט נישט דיסעפױנטעד

די ראשי תיבות אויף פורים װי ער האט געניצט ״פלומבערג״ פאר מעיאר בלומבערג כדי עס זאל שטימען

דער דשאוק פון די 2 חברים וואס אײנער זאגט פארן צװײטן אז װען ער טרינקט קאװע קען ער נישט שלאפן ענטפערט אים דער חבר אז ער האט א פארקערטע פראבלעם, װען ער שלאפט קען ער נישט טרינקען קאװע!

אויך דער לצה אז ער האלט אז װען עס איז דא שלום בית פראבלעמן זענען בײדע שולדיג - - סיי די װײב און סײ דער שװיגער!
און נאך א פאר אנדערע גוטע מעשױת.

ער העט געמוזט אפזאגן א פאר נערישע קאלערס װאס האבן ארײנגערופן און געפרעגט װעגן מציצה בפה און איינעם װאס האט געפרעגט װעגן סאטמארע פאליטיקס

אויך זענען געווען א פאר װאס האבן ארײנגערופן און אנגעלאזט זייער ראדיא הויעך און עס איז געװארן זײער צומישט װײל די װאס רופען ארײן זענען אויף א 7 סעקאנד דילעה און מיט אנלאזן די ראדיא הויעך האט מען איבער געהערט װאס מען האט פריער גערעדט און װאס מען האט גערעדט יעצט און דערפאר האט מען זײ געמוזט אפהאקן

אבער באופן כללי איז עס געווען א גיטע אינטערװיא לפענ״ד