היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » חדשות אנ"ש - דער פאפולערסטער נייעס קוואל

חדשות אנ"ש - דער פאפולערסטער נייעס קוואל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1316122

איחודמעמבר » 18/3/2005 02:31

ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דער פורום חדשות אנ"ש בארה"ב ובעולם דער פאפולערסטער נייעס קוואל פאר'ן היימישן ציבור.
אז מען גיט א קוק ווערט דער פורום פאפולערער פון טאג צו טאג.
אדרבה, זאל איינער אויפמישן די אלטע אשכולות וועט ער זען וויפיל צופיות אדער גולשים עס זענען אמאל געווען און וואו עס האלט איצט.
און פארשטייט זיך אז די הצלחה מוז צוגעשריבן ווערן צום געלונגענעם מנהל און זיינע סגנים וועלכע פירן דאס אן זייער גוט.
מיר וואונטשן זיי טאקע זיי זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט הצלחה צויעדנס צופרידנהייט.

געזעגענען » 18/3/2005 02:32

גערעכט!

און די וואךף האט מען זיך דאס קלאר איבנערצייגט.

וואו מען איז געגאנגען די וואך האבן מענטשן גערעדט איבער דעם "גאונ'ישן" סתירה אויך חומש און רש"י וואס ר' אהרן ט"ב האט געזאגט דאנערשטאג נאכט אין לאנדאן.

דאס זעלבע איז מען גענוי געוואויר געווארן וואס עס האט זיך אפגעשפילט פרייטאג פארנאכט אין קעיזענאוו ראוד ווען די ראשי הקהילה און מתפללים האבן געקעמפט פאר קדושת ביהמ"ד און נישט צוגעלאזט א הולך בערכאות צו קומען דאווענען אין זייער שוהל.

און ווייטער מיט די תורות שלש סעודות און ביי מלוה מלכה, וואו מען האט אויסגעלופטערט די "גאונ'ישע" פשעטלעך.

געזעגענען » 18/3/2005 02:35

דער אשכול "מלכות סאטמאר אייראפע: שבת התוועדת שקלים"האט שוין 23820 צופיות און 329 תגובות.

א רעקארד נומבער פאר בלויז עטליכע טעג!