* פון אישי *
אינטערסאנט קיינער האט דאס נאכנישט דערמאנט.
היינט מיטוואך נאכט קומט פאר א גרויסע חתונה אין טאהש, דער טאהשער רבי שליט"א מאכט חתונה אן אייניקל, די טאכטער פון זיין איידעם חדב"נ הרב הצדיק ר' יוסף ירחמיאל כהנה שליט"א, א זוהן פון בני ברק'ער ספינקא רבי (רבי משה אליקים בריעה) שליט"א.
עס איז געווען אדווערטייזט ספעציעלע גאר ביליגע טשארטער באסעס און פליגער טיקעטס
אויב איינער פארט, אדער איינער וועט האבן בילדער, זאל ביטע מהנה זיין דעם ציבור דא.
אויך פון די קרעטשינופער-שנדישובער חתונה רעדט מען נישט, נאר פון לאנדאן...
ווער האט דיטעילס ביטע מאכט פרייליך דעם עולם מיט שמחות בית צדיקים, בעסער ווי מחלוקת בית צדיקים
* יישר כח *
מזל טוב!!!
אגב איך בין געווען די וואך אין טאש אויף א חתונה, איך וואלט מציע געוען פאר די עסקנים צו פיצען די שניי {אייזבערג} כאטש לעבן די אפיציעלע בנינים, ווייל די געסט זענען נישט געוואוינט צו גיין אויף אייז אין עס איז מסוכן.
עפשטיין, אפאר בילדער האסטו נישט געכאפט, נישט קיין יושר!
יעדער כותב וואס פארט אויף טוריזים ערגעץ עקזאטיק מוז ברענגן בילדער.....
קיסנער, כ'ווייס נישט גענוי דער מקור אבער אזוי פרעגט מען רופן טאש ביי אונז אין ישיבה, קען זיין ווייל ס'איז אזא פארפרומט פלאץ האט מען דאס געגעבן דעם צונאמען קודש, כ'ווייס נישט זיכער
קיסנער, דו ביזט א טאשער? דו וועסט זיין אויף די חתונה? אועב יא ביטע ברענג בילדער
איך בין געווען היינט אינדערפרי אין טאהש איך האב ארויס געטראגען אפאר משולחים, (די משולחים האלטען זיך אין איין אפרעדען אז אין טאהש איז נישט דא קיין געלט עס לוינט זיך נישט ארויס צו פארען אמאל האט זיך געלוינט צו קומען אויף מאנטריאל נאר וועגען טאהש היינט איז עס געפאלען אז ממש פחדים מען גייט ארויס מיט גארנישט זיי האפען אז ביי די חתונה וועלען זיי טרעפען אפאר מענטשען וועלען זיי קענען מאכען אפאר גרייצער)
מען זעיט אויף די גאסען אז עס גייט זיין א חתונה עס איז דא לעקטערס , א שיינע גרויסע חופה,
אבער מען זעיט נישט קיין מענטשען עס איז ליידיג, איך בין אריין אין גראסערי כאפען א טרינק הער איך פונקט ווי איינער זאגט צום צווייטען עס איז געקומען גאר א קליינער עולם צו די חתונה, האט זיך א צווייטער אנגערופען זארג דיך נישט באלד קומט אן נאך א באס,
איך האף צו זיין צוריק צו די חתונה איך גלייב נישט אז איך וועל שוין קענען זיין ביי די חופה אבער צום טאנצען וועלך זיין אין איך וועל טרייען צו חאפען פיקטשערס
תוקן על ידי - קיסנער - 16/03/2005 23:32:08
א גראסערי?
קנין אברהם ושרה איז א נאמען פון א מוסד נישט קיין גראסערי
שיע:
אז די שטעטל הייסט "קרית משה ומרים" (שוין זייער לאנג נישט דארט געווען אפשר האט עס שוין א נייעם נאמען) מעג די גראסערי הייסן "קנין אברהם ושרה".
shie550
קנין אויף העברעיש מיינט שאפינג מאל
kjfirman
איך בין געווען אין טאהש היינט נאכט ביי די חתונה דערווייל הייסט דאס בני לוי
פיקטשערס האב איך נישט משום מעשה שהיה וד"ל ווער עס ווייסט ווייסט
דער טאהשער רבי איז שיין געטאנצען מצוה טאנץ מיט א דערהויבענקייט
אין טאש פליען נישט קיין בילדער? איך האב יא געזען מען כאפט בילדער.
עס איז דאך א נארמאלע זאך אז ביי א עלטערער רבי זאלען חסידים וועלן אראפכאפען אלעס אויף בילד.
נא איז יא דא פיקטשערס אדער נישט ?
1 בילד געכאפט פון א סעלפאן.
[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס זעיט אויס אן אלטע בילד
מיר אנגעקומען אין פעקס
[בילד – נישט אפגעהיט]
?Can't read a word, can you scan it larger
נישט מעגליך יעצט איבערצולייגן, איך קען עס אימעיל'ן אין פול רעזאלושען פאר ווער עס וויל, שיק דיין אדרעס אין אישית