היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ווער איז בעסטער דענטיסט אין עזרת חולים?

ווער איז בעסטער דענטיסט אין עזרת חולים?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1314354

קריתיואלער » 16/3/2005 16:46

איך וויל דא דורכפירן א שטודיע ווער ס'איז דער בעסטער דענטיסט אין עזרת חולים, זאל דער עולם דא זיך דורכרעדן אינפארמאציע וואס קענען בייהילפיג זיין פאר אנדערע, און העלפן אנדערע היידפארק ליינערס.

איך נוץ דר. אוסינסקי, איך האלט אז ער איז דער בעסטער דענטיסט דארט, ער איז אן ארטאדאקסישער איד (ער קוקט אויס ווי א פרענק), ער האט אמאל געהאט א לאנגען בארד, לעצטנס האט ער זיך עס אפגעשניטן, מסתמא צוליב געזונטהייט סיבות, וויבאלד ער קומט אין קאנטאקט מיט די פעישענטס.

די מעלות פון דר. אוסינסקי איז אז ער פארשטייט וויפיל אנעסטיזשע צו געבן, אז די מויל זאל נישט בלייבן נאם פאר די קומענדיגע דריי טעג, און פון צייט צו צייט וועט ער אינגאנצן נישט געבן אנעסטיזשע אויב פעלט עס נישט אויס. אויך קוקט אויס ווי ער פארשטייט צו די ארבעט וואס ער טוט, און ווען ער פיקסט א פראבלעם איז עס געפיקסט.

די חסרון מיט אים איז אז ער לייגט נישט אריין קיין קליינע פייפ אין מויל ארויסצוציען די וואסער בשעת די גאנצע פראסיזשור, און ס'איז זייער אומבאקוועם אז די מויל איז פול מיט וואסער.

זאליweaky » 17/3/2005 06:12

לויט ווי איך האב געהערט איז ער זייער א פיינער דאקטאר, אבער ער רעדט זייער אסאך מיט זיין נוירס אין דער אנוועזנהייט פון פאציענטן, פון זאכן וואס דארפן נישט גערעדט ווערן

זשוליאני08 » 17/3/2005 11:13

נע, וואס רעדט ער שוין צו איר? געב מיר דאס און געב מיר יענץ.

איך גיי צו דר. בארסום. גאנץ גוט, אבער אז דו זאגסט אז אוסינסקי איז בעסער וועל איך אים טרייען.

תיבהאישית » 21/3/2005 06:36

I USED TO KNOW THAT DR. ROW IS THE BEST DENTIST.
HE USED TO GIVE ME INJECTIONS VERY WILD AND IT WAS VERY PAINFULL.
UNTILL WHEN I MADE MY CLEANING BY ANOTHER DENTIST AND STAYED BY HIM OH IM MUST TELL U WHAT A DIFFRENCE.
I WILL NEVER GO BACK TO DR. ROW AGAIN.
WHAT A DIFFRENCE I FELT WHEN HE GAVE ME AN INJECTION I DIDNT FEEL A THING. I DIDNT KNOW THAT WHEN YOU GET AN INJECTION IT DOESNT HAVE TO BE PAINFULL.

שקלשלם » 21/3/2005 21:52

תיבה אישית same as you

מיין ווייב זאגט מיר גיי צו DR. ROW ער הייסט דער בעסטער דענטיסט - כ'בין געווען דארט איינמאל NEVER AGAIN - כ'האב געהאט די זכוי' צו זען מיין עלטער עלטער באבן ווען ער האט מיר געגעבן דעם נידעל - כ'האב געשפירט א שאק אינעם גענאק, כ'האב געגעבן א ציטער אין ער פרעגט מיך אזוי רואיגערהייט וואס איז געשען וואס האסטו געפילט, זאג איך אים א שאק ! ענטפערט ער - אה GOOD GOOD ! (ער האט מסביר געווען אז ס'איז א סימן אז עס ארבעט גוט) --- כ'בין שוין געווען ביי צענדליגער דענטיסטן און קיינמאל נישט געשפירט אזוינס

גוטזאגער » 22/3/2005 01:43

איך גיי צו דזשיאנג ,

ער איז נישט אזוי גוט ווי שטארק ער איז איבערגעגעבן.

אוסינסקי איז טאקע זייער א גוטער און פראפעשאנעל דאקטאר ,אבער א קליין ביסל נערוועז.

דזשיאנג איז זייער רואיג און ער איז מסביר יעדע זאך פאר און נאך ער טוט עס.

ווי אויך נעמט ער אויף יעדן פעישענט בסבר פנים יפות.

פייפ_ליין » 22/3/2005 03:57

פון מיר אויס זאל זיך די גאנצע דענטעל דעפארטמענט פארמאכן.

ווארטן דארף מען צוויי שעה, זיי מאכן נישט מער ווי 2 פילינגס אויף איינמאל,אויף א ראודקאנאל בעטן זיי טויזנט דאלער (אינעדערצייט וואס רפאוה העלטה סענטער פון מאנסי מאכט עס רוב מאל פאר פרי אויב נישט מאכן זיי עס אין קליינע וויזיטס וואס יעדע קאסט נישט מער פון 36$, בכלל איז עס קארופטעד אויפן העכסטן פארנעם.

גוטזאגער » 23/3/2005 02:13

וואס טוט זיך מיט די אנדערע דעפארטמענט'ס,וואס איז דארט דער מצב.