היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » כ"ק הגה"צ אב"ד ירושלים שליט"א און ק"י

כ"ק הגה"צ אב"ד ירושלים שליט"א און ק"י

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1313395

ahron_2005 » 15/3/2005 17:17

איינער האט נייעס פון די מסיבה ביי הרה"ח ר' מענדל שווימער?

ahron_2005 » 15/3/2005 18:14

ר' זלמן לייב'ס חסידים זאגן:

אז דער גאב"ד האט עטליכע וואכן פאר'ן קומען געשיקט א ווארימע פערזענליכע בריוו און אויך איהם גערופען אויפ'ן טעלפאן אז ער זאל צושטעלן א מסיבה.

ביים עולם איז געווען א ווארימקייט פאר ירושלים'ער רב ווייל ער איז געווען א וועג ווייזער פאר אנדערע גדולי ישראל ווי אזוי עס איז די ריכטיגע וועג פאר א נייטראלער רב צו באזיכן די שטאט, און אויך האט ער געפסק'עט פאר תו"א רבי וואס צו טוען טראץ דעם ווידער-שטאנד פון ר' אהרן (מרא דאתרא...?).

די מסיבה איז געווען גאר שיין און דערהויבן א ריזיגע ציבור פון אלע שיכטען און קרייזן ויואל משה, תולרות אהרן, טאהש, ספינקא, בני יואל, און אויך רבנים און דיינים פון שטאט.

געלט בערך $30.000

ווער האט נאך פרטים???

אייןסאטמאר » 15/3/2005 19:46

ווי קען מען זען די בריוו פאר ר' מענדל?

וואס ער האט געפסקנ'ט פאר תו"א רבי מוז איך דיר גלייבן?

זשוליאני08 » 15/3/2005 22:34

ווי ס'קוקט אויס האבן מיר דא שמוזער אונטער אן אנדערן נאמען.

יעצט, ווער ס'קען די אהרונים ווייסט אז זיי לאזן זיך זייער שווער איבערבעטן פון נאטור אויס, און ווי יעדער ווייסט וואלטן זיי קיינמאל נישט געמאכט א קבלת פנים פאר'ן גאב"ד און אים נישט צוזאמגעשטעלט גרויסע סכומים, אויב וואלט ער ארויסגעגעבן א פסק הלכה קעגן רב שליט"א, ווייל דער רב שליט"א איז ביי סאטמארער חסידים קודש קדשים, און איינער וואס זאגט אנדערש ווי אים איז ביי זיי אפגעפרעגט ווי זלמן לייב טייטלבוים.

נאר, די גאנצע מעשה מיט'ן תולדות אהרן רבי איז שקר וכזב, ווייל אלישע האראוויץ און די אנדערע ראשי הקהלה האבן קלאר געלאזט וויסן פאר ר' דוד קאהן אז אויב ער וויל קומען קען ער קומען, כאטש מען לאדנט אים נישט איין.

דער תולדות אהרן רבי איז געווען באזוכן ביים רב אינדערהיים פאר'ן זמן, און מען דארף זיין טויט משוגע צו האלטן אז ער איז געגאנגען באזוכן דעם רב, נאכ'ן קומען קיין קרית יואל נגד רצונו.

אלא מאי, די מעשה איז אמת פונקט ווי אלע דיינע אנדערע מעשיות און פונקט ווי די מעשה אז ירושלימ'ער רב האט מכלומר'שט געשריבן א בריוו פאר מענדל דער מעיאר.

ekstein » 16/3/2005 02:24

דאן פארוואס ביי יעדן קליינעם באזוך איז אין אלע ארונישע צייטונגען פיל פין יעדען באזוך ביי אהרו אדער מאורע אין קרית יואל אין אויב איז תולדות אהרן רבי נישט געשטאנען אין וועג פארוואס איז נישט דא עפעס א באריכט אדער בילד
ביז דערווייל האב איך נאר געזעהו א בילד דערפין אינעם באריכט אין אינעם איד צייטונג אן ארטיקעל אויב תולדות אהרן איז אזוי גוט פאר אהרן אז מען טויט משוגע אויב מען ראכט אנדערש דאן וואס איז שוין טאטעל משוגע

גוטזאגער » 16/3/2005 02:56

וואס פארשטייסטו נישט .

תולדות אהרן לייגט נישט אריין קיין עדס און די אהרוני'שע צייטונגען ,ממילא דארף מען זיי נישט באשרייבן.