היות קימענדיגען דארנשטאג ענדיגט זיך וואקעישן אין מען דארף ווייטער נעמען דאם באס יעדן טאג פארטאגס וויל איך דא עפענענן א ספציעלע אשכול פאר באס רייזדענע זיך ארויס העלפן מיט עצות איינער דעם צווייטען איך וויל דא אויסרעכענענן די זאכן וואס איך קען מיר נישט ציגעוויינענן שוין נאכן פארן צוויי א האלב יאר יעדן טאג מיטן באס
1}ווינטער דארפן סטארטען הינגעריגערהייט די קאר נאך א טאג ארבעט.{ב"ה ווינטער איז שוין כמעט אויווער}
2}די קאווע אויפן באס איז מיר א מיז אבער עס קאסט מיר כמעט יעדן טאג א העמעד אמאל פאר מיין שכן אויך
המשך יבא
פאנג אן פון אנפאנג, וואו ביסטו געווען אויף וועקעישאן?
אויב איז עס טאקע אזוי, פארוואס לאזטו נישט איבער דיין קאר אינדערהיים און דו פארסט מיט'ן ווארימען באס ביז צו דיין שטוב.
זשוליאני.די סבה פארוואס איך נעם נישט די באס אהיים איז ווייל די באס פארט נישט ארויף אויפן גרויסען בארג ווי איך וואין
-------------
דוקא.בנוגע מיין וואקעשין עס איז געווען אויסערגעוונליך ממש איך קען עס נישט אראפ געבן אויפן פאפיר.טרעף צי ווי איך בין געווען איך בין געווען אינדערהיים .................יא אינדערהיים איך קען דיר זאגן אז עס איז געווען אויסערגעוונליך
1}מיינע קינדער ווען זיי זענענן אהיימגעקימען פין חדר-סקול האב איך זיי אפגעווארט אין דערהיים א זאך וואס זיי האבן שוין נישט באלד דריי יאר איך קען דיר נישט ווי גיט איך האב עס ענשויט אין ווי גיט זיי האבן עס ענשויט איך האב זיי אויסגעהערט מיט א רויאגן קאפ אין געשמיסט מיט זיי
2}מען איז ארימגעפארן מיטן בני בית דא ארים מען האט געהאט צייט צי אלעם רעדן שמיסען קימען גיין וכדומה
3}סאפער האט מען באשטעלט איין וואך פין שמחה שאמעול ער דערליווערט עס ביזן טיר עס ממש א מחיה אין איין וואך פין לעפקאוויטש ער דערליווערט עס אויך ביזן טיר זייער באטעמטע עסן אזוי אז מיין בני בית איז אויך געווען וואקעישן זי האט נישט געדארפט ציפיל ארבעטן אין מיר האבן געקענט זיצן אין פארברענגען
4}עס האט געקאסט א דריטל די פרייז ווי א א וואקעישן וואס מען פארט אוועק
איך קען אייך זאגן אז עס איז פיל מער ווערט ווי מען פארט אוועק ווייל מען בויעט אויף א קשר מיט די קינדער מיט שטיב וכדומה פרויבירט'ס עס איר וועט ניש חרטה האבן
אין א אנדערע אשכול האט איינער געשריבן די עצה.איך מיינט עס לוינט צי פראבירן
עס אז דא צו באקומען אזעלכע cups וואס זענען insulated עס איז אזוי וויא אקלייכע Termos Bottle מען פילט עס אהן איידער מען גייט ארוס פון שטיב מיט הייסע קאווע אדער טיי אין עס האלט זיך הייס גאנץ לאנג.
עס האט אויך א גיטן דעקעל אין אייער שכן אויפען באס וועט אייך נאך זאגען א שכויח פאר נישט אפגיסען זיין העמד
דא איז א לינק צו א סייט פאר א ביישפיל וויא אזוי עס זעהט אויס.
http://www.thermosonline.com/mugs.htm
אז מען קוט זיך ארום קען מען טרעפען גישעפטען וויא מען קען עס קויפן פאר גאנץ ביליג.
מיין זוהן האט גיקויפט אזא Tumbler ביי Century 21 פאר
$4. זייןס האלט 16oz.
ייש"כ אין קרעדיט פאר scy4851this cup is not disposable, so you have to shlep it with you to work