אינגערמאן: ענדע צו בעבישע קרייגערייען !
26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1312432
אינגערמאן. בראווא פאר דיין ארבעט.
בראווא! פאר דיין סוקסקעס אין איינשטעלן ארדענונג ביז אהער.
אבער וויסן זאלסטו אז עס איז נאך ווייט נישט גענוג.
איך קוק זיך דא ארום פאר א לאנגע צייט, און איך האב באמערקט, אז בסך הכל זענען דא נישט מער ווי עטליכע מטוריפים וואס מאכן משוגע דעם גאנצן פורום, אז ס'איז צום ברעכן.
יא. נישט מער ווי עטליכע.
נישט מער ווי 10 צעהיצטע חברה פון ביידע זייטן, וואס זיי זענען שולדיג אין אלעם.
איך האלט אז מ'דארף זיי ווארענען, ברבים און פריוואט, אז אויב דאס וועט זיך נישט ענדיגן, וועלן זיי פארמאכט ווערן. (אויף אייביג).
פראגע נומער איינס:
די פראגע איז וואס איז די גרעניץ?
ענטפער:
די גרעניץ איז:
בלויז פראזיטיווע זאכן מעג מען שרייבן.
1) למשל:
הגה"צ אב"ד ור"מ וויליאמסבורג
געפארן קיין לאנדאן אויף שבת ויקהל.
2) למשל:
הגה"צ אב"ד ור"מ קר"י
געפארן קיין לאנדאן אויף שבת פקודי.
וועמען עס שמעקט נישט וואס דארט קומט פאר, זאל בכלל נישט אריינגיין אהין.
3) למשל:
כ"ק אדמו"ר הגה"ק מקאשוי נפטר געווארן.
קיינער טאר דא נישט שרייבן קיין אמאליגע פאליטיקס
וואס וועט ברענגען צו היציגע און נארישע קריגערייען.
ווער עס וועט אנהייבן מיט קריגערייען זאל אויסגעשלאסן ווערן.
דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי איינצושטעלן סדר דא.
פשטידא טייערע:
איך האב אביסל איבערגעקוקט אביסל דיינע תגובות, און איך זע אז ווען די האסט א גוט שטיקל ליצנות אויפ'ן סאטמאר'ן רבי שליט"א דערשרעקסטו זיך נישט צו עפענען אן אשכול דערויף, נאר יעצט ווילסטו פלוצלינג מען זאל נאר מעגן שרייבן פאזעטיוו אויף ר' אהרן...
יזכר לך עתה אתמול אשר דברת...
יעדער האט זיך זיינע משוגעת'ן, שטייגער פון רעדן! אשר על כן וואס ווילסטו? מען זאל זיי דא פארמאכן און זיי וועלן מוזן האלטן זייערע דרשות און נתבזה ווערן אין די בתי מדרשים? מען דארף פארשטיין ס'איז אבער דאך דא כותבים וואס האבן דוקא יא ליב דעם שטייגער!
אפשר כדאי צו ארבעטן אזוי: עס זאל אויף יעדן "הייסן" דיבאטע זיין 2 אשכולות. איינס די ערענסטע חלק דערפון, און דאס צווייטע אן אריכות, פרטים, ועוד ועוד [די שרייבער'ס וועלן אליינס אפמאכן וויפיל שטותים זיי ווילן דארט אריינלייגן]
אויפן נושא קען מען לייגן א * אדער אן אנדערן צייכן וואס דאס וועט מיינען אז דאס איז נאר ערנסט, וכדו'. און אויב הייבט זיך דארט אן א נארישע קריגעריי דעמאלטס וועט מען זיי בעטן איין צוויי מאל און דערנאך וועט מען זיי ארויספירן.
באהיטן זאל מען ווערן פון זיך אנהייבן מיט דעם גייסטיק צערודערטן פייערלעשער.
דאס שרייבט ער:
פשטידא טייערע:
איך האב אביסל איבערגעקוקט אביסל דיינע תגובות, און איך זע אז ווען די האסט א גוט שטיקל ליצנות אויפ'ן סאטמאר'ן רבי שליט"א דערשרעקסטו זיך נישט צו עפענען אן אשכול דערויף, נאר יעצט ווילסטו פלוצלינג מען זאל נאר מעגן שרייבן פאזעטיוו אויף ר' אהרן...
יזכר לך עתה אתמול אשר דברת...
1) אצינד.
וועל איך איך ארויפברענגען אלע מיינע 51 תגובות
און זאל יעדער זען וועלכע אשכול איך האב געעפנט מיט מכלומרשטע ליצנות.
2) מאך מיך נישט פאר קיין אהרוני.
ווייל א רחמנות איז ער אויב איך פון זיינע מענטשן!
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
פשטידא
דיין תגובה דא איז זיכער נישט פאזאטיוו!
משל למה הדבר דומה?
אמאהל איז געווען א וויכוח צווישען צוויי מעטשען, וואס איז בעסער שווייגען אדער רעדען. "שווייגען" האט געוואלט אנהייבען אויף ווייזען זיין גערעכטיקייט, האט "רעדען" געזאגט, קענסט די אויף ווייזען דיין צד דורך שווייגען איז גוט, אבער רעדען איז מיין טעריטאריע.
און דע סעיף טו יא.
פשטידא, לויט דײן נייעם פלאן פון נאר שרייבען פאזאטיװ און אײדעל, װאס דארף מען טוען פאר א מעמבער װאס ריפט אן א צװײטן מעמבער מיט א שם גנאי, װי למשל גייסטיק, צערודערט וכדומה?
תוקן על ידי - Maashpia - 14/03/2005 19:37:18
איך וויל מיך אנטשולדיגן פאר די פשדיטא, איך האב עס נישט געמיינט פערזענליך.
ואתכם הסליחה.
איך ווייס נישט ווער און וואס דו ביזסט, און איך מאך דיך נישט פאר גארנישט, קענסט זיין וואס דו ווילסט. איך האב פשוט געכאפט א בליק אויף עטליכע פון דיינע תגובות, און איך האב געזען אז דו דערשעקסט זיך נישט פון א ליצנות'ל און א גלייכווערטל וואס איז נישט ממש פאזאטיוו, אבער איך האב געגרייזט מיטן צוריקשיסן פערזענליך קעגן א חבר הפורום, און איך בעט דיך איבער.
בנוגע דיין עצם פארשלאג, בין איך מסכים, אז אויב די אהרונים וועלן אויפהערן שרייבן פערזענליך קעגן ר' זלמן לייב וועל איך אויפהערן שרייבן קעגן ר' אהרן.
פאלגענד איז דער אשכול פון וואס איך האב גערעדט (קען זיין איך האב נישט פארשטאנען דיין כוונה דערמיט).
[בילד – נישט אפגעהיט]
אויב צוויי גולשים צעאמפערן זיך, איז נאכנישט אויס וועלט.
אויס וועלט, איז ווען גאנצע גרופעס משוגעים נעמען זיך קרוגן ווי בעיביס, וואס איז א גועל נפש.
אויס וועלט ווען אפאר היצקעפ פארוואנדלען דעם פורום אין א רינשטאק פון נוירסערי קינדער! מיין רעבע איז גרעסער! ניין דיין רעבע איז א שייגעץ! מיין רעבע האט מער מענטשן! דיין רעבע האט קיען מיין האט אקסן!
בעיביס הערטס אויף!
וויי ס'איז א גרויל!
Since when do you call fighting over power and money being a "baby". That is all these fights are about. No matter if it's Satmar, Bobov, Klausenburg, Pupa, Vizhnits - BnaiBerak, Ger or as you will probably see in the future in Vizhnitz - Monsey and Skver. That is Mosheach Tzidkeini does not comein the near future.
,Oh, by the way being called TZADIK HADOR is nothing to sneeze at either
יישכ"ח פשטידא, אדרבה,
רבותי, נאר איר קענט העלפן דורכפירן די זאך.
אינגערמאן,
איך האלט אז דו ביסט דער וואס קען עס אפשטעלן.
איבערהויפט נאך די לעצטע אנשיקעניש פון עקלהאפטיגע דיבורים, און ניבול פה ממש - דארפסטו דיך אנגארטלען און אנהייבן מיט א רייע תקנות צי וואס אלע חבירי הפורום זאלן זיך מוזן האלטן דערצו.
בלי שום יוצא מן הכלל.
נ.ב. איך מיין אז מיין קאלעגע הרב פייערמאן וועט יעצט אויך מודה זיין אז עס איז אריבער אלע גבולים, און מוז אננעמען די שטרענגסטע מיטלען דאס זאל נישט נאכאמאל פארקומען.
בין איך נישט גערעכט?
(אפילו איך האב לויט דיר אמאל געמאכט א וויץ)?
פשטידא טייערער:
בעצם האלט איך אז דער גאנצער עקזיסטענץ פון אזא פארום ווי מען זאל זיך אזוי אויסשמייסן איינער דעם צווייטן, איז איבער די גבולים. אבער זייענדיג א שטארקער אנהענגער (חסיד בלע"ז) פונעם רב הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, האב איך נישט געקענט פארשווייגן ווי די אהרונים פרובירן אים אזוי מבזה צו זיין, האב איך געשפירט א חוב מקיים צו זיין ר' אהרן פסק:" ואענה חורפי דבר"!
אבער אויב מען שטעלט א געוויסן סדר צו וואס ביידע צדדים זענען מסכים, וועל איך מיך צושטעלן דערצו.
איך וואלט פארגעשלאגן אז אינגערמאן זאל שרייבן א דרעפט פון אזא אגרימענט און צושיקן פאר יעדן אין אישית, און אויב עס וועט צופרידן שטעלן ביידע צדדים, זאל מען עס באשטעטיגן לפי רוב דעות.
מען דארף מחליט זיין צו מען וויל בכלל נישט שרייבן קיין פאליטיק, אדער יא פאליטיק אבער נאר אן שטעך.
צב"ש, אז מען האט נישט אריינגעלאזט ר' אהרן אין קעזנאוו, אדער ר' זלמן לייב אין קלעפטאן, מעג מען שרייבן אדער נישט?
טעותים ווי די רבנים מאכן ביים רעדן (עמעראצעץ בלע"ז) מעג מען שרייבן אדער נישט?
וועגן ערכאות מעג מען שרייבן אדער נישט?
וואס יא און וואס נישט?
בנוגע דעם נייעם מעמבער וואס האט זיך נישט געהאלטן צו די תקנות הפורום און נאכגעשריבן ניבול פה ווערטער, מיט די איינרעדעניש אז דער עולם מוז עס וויסן, האבן די מנהלים גוט געהאנדלט, צו יעדנס צופרידנהייט, זיי האבן אויסגעמעקט די ווערטער און חוסם געווען דעם שרייבן למען ישמעו ויראו.
אבער פארוואס שרייבען אלטץ די זאליס מנובלת כסדר דארף מען מעגן זייערע מעמבערס פאר זייערע ניבול פה דא און נאכדעם האבן זיי טענות
איך דאנק פאר אלע וואס נעמען זיך די מיה אויפצוברענגן געדאנקן, איך שטודיר דאס אין די טעג מיט מיינע קאלעגעס, און מיר האפן אויפצוקומען מיט א מהלך השוה לכל נפש.
פרישע געדאנקען און הערות זענען אלץ וועלקאם!
דאס אליין אז מען רעדט פון נארמאלקייט איז אויך א דערגרייכונג.
מעג מען מעתיק זיין אין ארויף לייגן קליפס פין פארשידענע זאפטיגע דיבורים פין אהרן אין פאשידענע געלעגענהייטען ווי צב"ש די הצלהה דרשה תשס"ד אבער די שיינע שמוסען פין מוצש"ק ווי גרויס די נסיונות זענען אין ווי גוט די עבירה איז מיט אלע פיטישקוועס
אבער גאר די קליפ פין געבראטענע פלייש פורים תש"סא בקיצור צי מען קען מעתיק זיין בלויז זיינע דברי ח..
ואביזריהו
** אט איז א העכסט ווערטפולע תגובה וואס א ידיד - וואס פלעגט אמאל שרייבן אפט - האט מיר צוגעשיקט אין אישי ***
וזה לשונו:
איך שטיי און קוק זיך צו, מיין רעקאמענדאציע וואס איך גיי דא שרייבן האלט איך איז דאס בעסטע:
1) יעדער זאל זיין איינגעשריבן אדער אלץ א אהרוני אדער אלץ א זאלי. אויב נישט קען מען נישט שרייבן קיין אבזערוואציעס. מען קען זיך נישט טענה'ן. (נאר "נייעס" וואס מען ווייסט מעג מען). יעצט נאר די אהרונים און זאלונים מעגן שיסן פעך און שוועבל. נישט קיין אנדערע.
2) קיין אשכול טאר בשום אופן נישט געעפנט ווערן אויף סתם זאכן וואס איז נישט קיין נייעס, וו.צ.ב.ש. "וועלכע איז ענדערשער לערנען מיט א גוי ברטנורה צו זיך טענה'ן מיט א אהרוני". "נייעס" וואס ענהאלטן אין זיך פעך און שוועבל אויף א צווייטן מעג יא געפנט ווערן, וו.צ.ב.ש. "מעכטיגע עמעראצעס ביי ר' ז"ל'ס תורה". אבער די זאלונים וואס ווילן אפענטפערן וואס דארט שטייט מוזן עפענען א פרישע אשכול דארט צו שרייבן וואס זיי האבן אפצוווענדען. (אזוי וועט זייער שווער זיין זיך צו טענה'ן און עס וועט נישט קומען צו קיין שום קרעשעס, ווייל די אהרונים וועלן פילן ווי זיי טענה'ן זיך מיט קיינעם נישט, און אויך די זאלונים וועלן נישט צופיל צוריקענטפערן). קיינער טאר נישט אריינקריכען אינעם צווייטנס טעריטאריע.
3) די זעלבע זאך אינמיטן א "נארמאלע" אשכול וואס מען באשרייבט למשל ר' אהרן'ס ריזיגע כבוד וואס ער האט געהאט אין ענגלאנד, טאר נישט קיין זאלי אריינרעדן. מען מוז עפענען א באזונדערע אשכול.
בקיצור די אויפטוה פון דעם איז, אז קענסט שרייען און שימפן וויפיל די ווילסט, אבער נישט פנים אל פנים. די מוזט עפענען א באזונדערע אשכול און דארט כסדר צוצייכענען וועמען די פרעגסט אפ, און אויף וועם דיינע ווערטער גייען ארויף. (די אלע פיצי תגובות וועט מער נישט עקזיסטירן, וו.צ.ב.ש. געזעגענען גיי נעם דיינע פילן, וכדו').
איך מיין עס איז א מורא'דיגע פלאן!
עד כאן לשונו!
תוקן על ידי - אינגערמאן - 16/03/2005 4:52:41
לכאורה נעמט ער די עצה פין מיר פין די פאלגעדענע לינק איך לייג עס נאר בעסר אראפ
http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1312814אינגערמאן
עם כל הכבוד צו דיין ידיד זעט ער אויס צו זיין א קנאפער מבין צו הלכות פורומ'ס.
א אהרוני וועט עפעס שרייבען, און כדי צו וויסען די צווייטער זייט פון דעם בילד וועל איל מוזען אויפמאכען א צווייטער אשכול? דאס איז דאך דרשות, אין נישט קיין פורום פון זה בונה וזה סותר.
איך טראכט נישט אז עס קען זיך אויסארבעטן אזא סארט מהלך אז פון עקסטערע אשכולות, און עס מוז נישט זיין אז עס וועט זיך אויסארבעטן, ווייל די זעלבע גיפט קען געלייגט ווערן אין עקסטערע אשכולות, עס וועט נאר פארלירן דאס אינטרעסאנטקייט. און דערצו מיט דעם שוואכן סערווער פון היידפארק וועט צען מאל ארויפקומען אן עראר מעסעדזש ביז מען וועט זיך דערזען ביים ענטפער.
לדעתי דארף מען "טוישן דעם סטאנדארט" (הערט זיך באקאנט...)
דהיינו, אזוי ווי מען האט געמאכט ביי די גרויסע מלחמה פון ווער ס'איז דער ריכטיגע דזשיגאן.
למשל, אז מען טאר נישט רופן קיין רבנים מיט ביליגע לשונות, צב"ש מנובל, ראמאנטישע, עם הארץ, שחצן, בעל גאווה.
אדער מען זאל נישט טארן רופן אנדערע מעמבערס מיט קינדערישע שפראך, משוגע'נער, צוהיצטער, נערוון קראנקער, פונקט זיך איך פריער ווי איינער אזא שפראך "האסט זיך גוט באמאכ..", איז דאס נארמאל???
ריינע אנאליזן, צו איינער האט פארדינט אדער פארלוירן פון א נסיעה וכדומה, דאס יא. צו מען האט ר' אהרן געלאדנט אדער נישט, דאס יא, אן שטעך ווערטער,
מען קען זיך טענה'ן צו ס'איז געווען א קלוגער דעסיזשאן צו נישט. און אזוי ווייטער
בקיצור א געוויסן העכערן סטאנדארט...
עס איז זייער אינטערעסאנט צו זען וויאזוי די אהרונים זענען געווארן שרעקליכע פחדנים.
פלוצלינג זענען זיי געווארן ארענטליכע מענטשן וואס ווילן ארדענונג.
עפעס האבן זיי געכאפט דעם קדחת זעענדיג אז מען זיי ענטפערן צום פינטל, און דאס קוועטשט זיי.
לדעתי וואלט זיך געדארפט ענדיגן די אלע נארישע דעבאטעס און צוריק אנהייבן צו דעבאטירן ווי דער פורום האט זיך אנגעהויבן.
פארשטייט זיך אז דאס וועט פאסירן וועט יעדער וועט זיך צושטעלן דערצו.
די אהרונים מוזן פארשטיין אז אויב ווילן זיי סטאפן די אטאקעס אויף זייער פירער מוזן זיי סטאפן די אטאקעס אויף פארקערט אויך.
איטס עי טו וועי ראוד...
GETME ביזט מעגליך גערעכט, אפשר האט ער מכוין געווען, אבער ער האט אויך מוסיף נופך געווען מדילי'
איחודמעמבער ביזט נישט גערעכט, די פארלאנגן פאר סטאפן אטאקעס קומען גלייך אייניג פון די מער באזעסענע נארמאלע שרייבער פון ביידע לאגערן.
נאר אודאי מוזן ביידע סטאפן אייניג, מיט דעם ביזטו יא גערעכט!
תוקן על ידי - אינגערמאן - 16/03/2005 6:36:52
איך פערזענליך האב אויך פארלוירן דאס געדולד זיך צו טעני'ן ביי זאכן וואו מען קומט אין ערגעץ נישט אן.
אבער איך האב שוין עטליכע מאל געזאגט בסתר ובגלוי אז אן קיין פאליטיק איז דער פארום נישט ווערט קיין גרייצער.
איך שטיץ זייער שטארק דעם פארשלאג פון פייערמאן אז מען זאל זיך האלטן צו א נארמאלע - כאטש היציגע - פארום פון דיסקוסיע, לכה"פ אזוי ווי מען וואלט גערעדט פנים אל פנים.
איך וואלט נאר צוגעלייגט אז ביי א אשכול וואס גייט ארויס פון די ראמען, זאלן די מנהלים מאכן א עפנטליכע אויספרעג צו מען זאל ווייטער אנהאלטן, און אויסהערן רוב דיעות.
צומאל זאלן די מנהלים אליין חוסם זיין אדער אויסמעקן געוויסע תגובות און אשכולות.
נאך א וויכטיגע נקודה:
איבער'חזר'ן כסדר אלטע זאכן, ווי זאלי עם הארץ און אהרן מנובל, נעמט אויך אוועק דעם טעם פון דעפ פארום און דאס זאל אויך נחסם ווערן.
תוקן על ידי - זאליweaky - 16/03/2005 6:07:53
עס קוקט אויס ביזדערווייל ווי עס וועט טאקע אנהייבן צו גיין אויף גוטע שינעס, אבער יעדער פארשטייט אז דא דארף מען האבן א ריכטיגן מענטש ווי "אינגערמאן" וכדו' וואס זאל דאס פארסירן.
איך האב שוין אויבן געשריבן, עס וואלט געווען א גוטע זאך עס זאל זיין "ביידע". 2 אשכולות אויף יעדן ענין!
איינס - פונעם נארמאלערען לאגער.
און דאס צווייטע ווי מ'קען זיך טענה'ן/דינגן דערויף.
און מען קען עס אנצייכן ביים נושא מיט א שטערן [ * ]!
איז דען אזוי שלעכט געווען די "מלכות סאטמאר אייראפע" אשכול? וואס שטייט שוין איבער 267 תגובות!!! [חוץ פון די ביסל וואס מען האט געשטעלט אויפן פלאץ], ס'איז געווען געשמאק פאר ביידע צדדים!! און יעדער וואס האט דארט געלייגט א תגובה האט הנאה געהאט פון די ווייטערע אנטוויקלינגן.
מיין סך הכל: 2 אשכולות אויף יעדן "סאטמאר'ן" ענין, איינס נארמאל און איינס מ...
דאס איז אלעס אי לדידי צייתינא
איך זע נישט קיין אנדערע עצה ווי זיך פשוט האלטען נארמאל.
קליינע קינדער קענען מאכען א חדשות אנ"ש קינדערגארטען.
געטראפן אין די ארכיוון זיכענדיג פורים סחורה