היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » בקשת מחילה

בקשת מחילה

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1312418

משהבערבעק » 14/3/2005 17:47

טייערע חברים וידידים כאו"א בשמו הטוב יבורך


אני הקטן האב מיך באנוצט באלד 5 חדשים מיטן נאמען פון הגה"צ חסידא ופרישא ר' משה בער בעק שליט"א. איך האב אים דא גורם צער און בזיונות, וויל איך אים דא איבערבעטן ברבים.

איך וועל אי"ה עקסטער אריינגיין צו הגה"צ ר' משה בער שליט"א אים מפייס זיין, אבער אזוי ווי איך האב אים דא מבזה געווען, איז פון די תקני התשובה צו מפייס זיין "באותו מקום" דערפאר מעלדט איך עס דא.

איך האב באמת חרטה על העבר, אויף דאס וואס ס'האט פאסירט.

* * *
אי"ה פון היינט און ווייטער וועל איך לויפן אויפן ניק: צודערזאך.

ויהי רצון שלא אכשל עוד, ומה שחטאתי לפניך, הייליגער באשעפער, מחוק ברחמיך הרבים.

* * *
איך בעט פונעם מנהל, צו פארמאכן דעם אשכול, ס'איז נישט קיין פלאץ פון דיבאטירן, ס'איז אן הודעה וואס יעדער וואס האט געזעהן דעם ניק פון פריער, זאל זעהן אז איך האב חרטה.

איך וויל מיך באדאנקן פאר די וואס האבן מיר מעורר געווען דערויף, בנועם שיח. יישר כוחכם

ועושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו

איחודמעמבר » 14/3/2005 17:49

מודים דרבנן היינו שבחייהו...
ממנו ילמדו וכן יעשו!

אינגערמאן » 14/3/2005 17:52

איך בין נתפעל.. און איך בין דיר מחזק, והלוואי ממנו ילמדו וכן יעשו.

איך שליס יעצט דעם אשכול! אויפ'ן בקשת הכותב החשוב