אזוי ווי די צייטונגען א גאנץ יאר חדשות אנ"ש קומט שוין ארויס איז אין פלאץ צו דיסקאסען די טעמעס וואס איז פוריםדיג אין לעבעדיג
אין בליק איז דא דער ארטיקעל פין סיני טיילבוים מיט קאפי אנאן גאנץ גוט
קען מעו איבער גיין די צונאמיס אין מציצה בפה אבער גאר די איראנער ערד ציטערנישצוזאמען מיט שרוןס זה כפרתי מיט די פרומע אין פרייע צוגלייך
וואס האלט איר בכלל איז דאס פאסיג פאר א פרעסטיזשופולע צייטונג זיך אראפצולאזן און דרוקן א ליצנות פורים צייטונג, אדער איז דאס קינדעריש וואס פאסט פאר בחורים אין ישיבה
"דער וועלט" דער נייער מאגאזין וואס ווערט ארוסיגעגעבן דורך הרב מיילעך לייפער האט א היבש ביסל פורים'דיגס סחורה ווי ער רייסט ארונטער אלעס און אלעמען כדרכו בקודש מיט אומשאצבארע התרגשות דקדושה
ווי איך פארשטיי זענען די אהרונים באזונדער אויפגעברויזט אויף עם, אבער ער פארשוינט נישט קיינעם (חוץ זיך) איך קלער אז ער איז אריבער די מאס, ווי א בחור וואס שיכור'ט זיך אן און מיין אז פורים מעג מען אלעס
וואס האלט איר?