באריכט די וואך: בור כרה ויחפרהו
22 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 23 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1311481
אוי איז דאס געווען א געשמאקע פלאפ. די אלייענס בראט פאר בושה מיט זייער דאפלטן דורכפאל אין באריכט די וואך.
נעכטן איז ענדליך אנגעקומען דער באריכט, אבער נאר צו אפאר הונדערט מענטשן. רוב איינוואוינערס האבן עס נאך אלס נישט באקומען.
עניוועי, איינער פון זייערע 18 יעריגע בחורים-לצים, האט צוזאמגעשטעלט אן אדווערטייזמענט אז אזוי ווי ס'איז געווען באריכטעט אז ס'זענען דא אסאך ליידיגע הייזער (אין די זשורנאל די לעצטע צוויי וואכן), בעט מען אז ווער ס'ווייסט איבער א ליידיגן הויז זאל אריינרופן אין באריכט אפיס.
די נעקסטע פעידזש האבן זיי אריינגעלייגט אויף א דריי פערטל פעידזש, איינס פון די עדס וואס זיי לייגן אריין אן רשות (רוב פון די פאר עדס וואס זיי האבן ווערן ווי באקאנט ארויסגעשניטן פון זשורנאל און פון בולעטין) און דארט איז געווען אויסגערעכנט צענדליגער ליידיגע דירות וואס אסאך פון זיי שטייען שוין ליידיג לאנגע וואכן. אויך איז געווען אויסגערעכנט פרישע דירות וואס גייען ווערן ליידיג אין די קומענדיגע וואכן.
א געזונטן און ציפעדיגן פלאפ.
תוקן על ידי - זשוליאני08 - 13/03/2005 20:43:37
דא איז די עד פון די מעכטיגע לצים
[בילד – נישט אפגעהיט]
די ביטערע ביטערע דורכפאל
[בילד – נישט אפגעהיט]
נעבעכל
האסט אודאי אפגעציילט עטליכע הונדערט דירות אין די דירות פארמיטלונג עד...
זאג נאך אביסל, זאגסט זייער פיין...
וואס ביסטו אזוי ווילד,קוק אין דיין שלימזל'דיגער עד ,וואו דו פארגינסט נאר צו שרייבן "א סורפלוס פון ""צענדליגער"" דירות",און דו קענסט נישט שרייבן דעם אמת אז ס'איז דא א "סורפלוס פון ""הונדערטער"" דירות,יעצט אז מ'האט דיך געפאקט ביי א "גליטש" ,אז דו האסט אריין געלייגט א עד פון כמעט פופציג ליידיגע דירות, שרייסטו אז ס'איז גאר דא הונדערטער.
איך האב דערציילט אפגעציילט א 29 קלאסיפיידס אין דעם עד וואס איז אריינגערעכנט אויך אפיסעס.
זעט אויס אז דיינע 50 דירות האט אזא פנים ווי גאב"ד קעי.דזשעי.'ס בלאטישע טויזנטער און צענדדליגער טויזנטער...
א פרייליכן פורים...
קרית יואל, דריי נישט מיט'ן צינג, איז יא דא ליידיגע דירות אין קרית יואל אדער נישט?
דא איז נישט דער באריכט וואו מען קען משוגע מאכן מענטשן.
איך וויל זאלסט מיר ענטפערן קלאר, פארוואס אסאך מענטשן וואס האבן געקויפט עפארדעבל דירות פאר אינוועסטמענט, דרייען זיך ארום אן קיין קעפ?
פארוואס קען אזא איד ווי דעם היילברוין אפילו מאכן געלט, און פארוואס קען אזא ארגאניזעישאן אפילו עקזיסטירן, אויב איז נישטא קיין מעכטיגע דירות סורפלוס אין שטעטל, הא?
ענטפער גראד אן קיין פשט'לעך.
אפשר ענטפערסטו מיר אויף מיין שאלה?
א שטאט ווי קרית יואל מיט קרוב צו 3000 משפחות האט א קנאפע 30 דירות אריינגערעכננט אפיסעס ליידיג...
אבער עס איז פאראן א סורפלוס אין דירות...
קרית יואל, דו טשאלענדזשט מיך איך זאל דיר ענטפערן?
איך האב נישט געזאגט א זאך וואס איז נגד המציאות, איך דארף מיך נישט פארענטפערן. דו האסט גערעדט געפערליכע שטותים, זיי מוחל פארענטפער דו דיך.
רבותי, עטס הערטס מיט וואספארא משוגענעם מיר האבן דא צו טאן? ביי אים איז נישטא עפעס אנדערש ווי דער באריכט?
ער ווענדט מיך אפ, אז וויאזוי קען זיין אז ס'איז דא אן איבערפלוס פון דירות, דער באריכט שרייבט דאך אנדערש? געוואלד, דער הייליגער באריכט שרייבט אנדערש.
אבער איין רגע, טראכט מיט שכל, רעד צו אנדערע קרית יואלער אידן, רעד צו די מענטשן וואס שטייען שוין חדשים ליידיג מיט פריוואטע דירות, רעד צו די וואס פארדינגען דירות, רעד צו די וואס פארקויפן דירות
רעד צו היילברוין וואס אדווערטייזט יעדע וואך פרישע און פרישע דירות
רעד צו שלמה טארים וואס שטייט יעצט פיל מיט רענטעל דירות.
רעד צו מאיר יאנקל אינדיג, חיים נחום ווערצבערגער, יודי גאלדבערגער, משה מאיר זילבערשטיין און אלע אנדערע בילדערס, וואס פארקויפן דירות פאר'ן ציבור
מען רעדט דא פון שווערע שווערע צענדליגער ליידיגע דירות.
און דער כ'וויל נישט זאגן וואס פארלאנגט אז איך בכבודי ובעצמי זאל מיך צונאר לייגן פאר'ן גאנצן עולם און אים אנפאנגען אויסצורעכענען וואו ס'איז אלס דא ליידיגע דירות.
קריתיואל, אנטשולדיגט, אבער איך האלט מיך העכער פון דעם. איך האלט מיך העכער פון גיין מסביר זיין פאר א משוגענעם אז יעצט איז טאג און נישט נאכט.
און ווער ס'וויל זיך אביסל אונטערהאלטן און לאכן זאל עפענען דעם לינק. מען זעט דארט אויסגערעכנט די צענדליגער דירות וואס זענען געשטאנען ליידיג אין חשון און כסליו.
די פאני זאך איז אז קרית_יואל נעמט דארט די קרעדיט דערפאר, און זאגט אז די אלייענס איז די וואס האט געברענגט די אלע דירות.
סאו יעצט קרית_יואל אז ס'שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישטא קיין דירות, קענען מיר בלעימען די אלייענס?
http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1237325קרית-יואל שרייבט
אפשר ענטפערסטו מיר אויף מיין שאלה?
א שטאט ווי קרית יואל מיט קרוב צו 3000 משפחות האט א קנאפע 30 דירות אריינגערעכננט אפיסעס ליידיג...
אבער עס איז פאראן א סורפלוס אין דירות...
שוטה. וויפל ליידיגע דירות דארף זיין אויפאמאל אז זאלסט זיין ציפרידען??
50 וועט זיין געניג??
אדער גאר הינדערט??
די פאקט איז אז יעצט איז די טענענט בעל הבית "נישט" די לענדלער די טענענט קלויבט זיך וואס ער וויל אין ער האט א אויסוואל
אין מען בויט כסדר נאך דירות אזוי עס זאל זיי געניג
לאמיר גיין לשיטתכם אהרונימליך אז עס איז דא גענוג און נאך דירות.
איז דאך שווערער די קשיא.
פארוואס פאלן נישט די פרייזן???
געווענלך ווען עס איז דא אן איבערפלוס פון אן אייטעם אויפ'ן מארקעט דארפן די פרייזן דראסטיש פאלן.
פאקטיש איז אין ק"י אנדערש.
נו וויאזוי פארענטפערסטו דאס???
איך האב טאקע באמערקט אז זייט ניו סקווער מילך איז אריינגעקומען קיין קרית יואל קאסט מילך נאר 25 סענט א גאלאן.
שוטה, אין ערגעץ אין די גאנצע קאונטי קען מען נישט באקומען אזוי ביליג א דירה ווי אין קרית יואל.
וואס האסטו געוואלט אז די לענדלארדס זאלן צוצאלן געלט פאר טענענטס אז זיי זאלן זיך אריינציען אין זייערע דירות?
הונדערטער אידן זענען די לעצטע פאר יאר ארויסגעקומען וואוינען קיין קרית יואל פון אנדערע געגנטער און נישט ווייל די פרייזן זענען דא טייערער ווי ערגעץ אנדערש.
קרית_יואל'ס ענטפער פאר מיר:
און טאקע "דאס" איז צו צו פארדאנקען פאר די אלייענס.
ווען נישט זיי וואלט דאס נישט עקזיסטירט עד היום הזה!
אדרבה קרית יואל, עס וואלט געווען גאנץ געשמאק צו טוען ביזנעס מיט דיר:
לויט דיין וועג פון רעכענען איז מן הסתם
אויב איינער האט 495 דאלער און ער איז שולדיג 500 איז מן הסתם אויף אסאך א בעסער פאזיציע ווי איינער וואס האט 3030 דאלער און איז שולדיג "גאנצע" 3000 דאללער
נישט אזוי, זעהסט אויס צו זיין א גוטע ביזנעסמאן
אגב, דאכט זיך זשוליאני, אז קרית יואל האט עס בעסער ארויסגברענגט ווי דו, ער מאכט א געוואלדיגער סך הכל אז טראץ דעם וואס קרית יואל וואקסט און בליעהט און עס האלט שוין קע"ה איבער 3000 משפחות כ"י וכ"י, איז דאך דא א סורפלאס פון 100 ביז 200 דירות
און נאך א זאך איז מערקווירדיג, אז דער קרית יואל, איז זיין גאונישן קעפעלע פארשטייט נישט אנדערש, נאר אז דער 'היילברוין' האט "אלע" דירות אין קרית יואל וואס שטייט צו פארדינגן, אין די צייט, וואס יעדער רעכטדענקענדער מענטש וואס ליינט סיי וועלעכע אויסגאבע, און זעהט היילברוין ליסט, און אלע איבעריגע זעהט קלאר אז היילברוין האט נישט קיין 25 % פון די 'ליסטינגס',
איז דער חשבון באמת פשוט אז 29 פון היילברוין מיינט א מינימום פון 120 דירות איבער קרית יואל
אבער קרית יואל באטשי האלט אן ווייטער בפרט יעצט אין חודש אדר,
נאכאמאל א ישר כח, פארן אונטערהאלטן דעם ברייטן ציבור, דא אויף וואסע נייעס אין אידישע אפסטעיט
דער אמת איז אזוי ,די פאקטן זענען אז ס'איז דא א שפע פון דירות צו דינגען ,אין זשורנאל איז געווען א קלארע חשבון, אז אין 12 וואכן, איז געווען צו דינגען 150 דירות .
און דער היילברוין, האט נאר "עפעס" א פראצענט פונעם מארקעט ,ווייל ער בעט א חודש רענט ,אדער א שיינע פאר הונדערט דאלער,ממילא פרובירט יעדער קודם צו לייגן אליין א קלעסיפייד,וואס קאסט נאר אפאר נישטיגע דאלער ,און נאר אויב מען זעהט אז ס'גייט נישט , מען לייגט נאך א וואך און נאך א וואך ,און ס'איז אין קול ואין עונה ,ערשט דעמאלטס איז מען מסכים, צו צאלן פאר דעם היילברוין ,א חודש רענט,קומט אויס אז דער עד פון באריכט, איז באמת קיין שום ראיה נישט, וויפיל דירות ס'איז דא צו דינגען.
משוגעים דער נארישער קרית יואלער זאגט עפע ס א נארישע תגובה מען ענטפערט עם גוט און ווידער האט ער א פרישע גוטס אזוי ווי לבן וואס 100 מאל האט ער אויסגעפאפט און יעדעס מאל מיט א פרישע געדרייעכטס און א פרישע בויך קרעמפ און אויב ענטפערט מען עם גוט וואס דעמאלסט זעט מען אז ער איז מעיקרא אפגעפרעגט וועט ער ענטפערן ולשיטתך.... און עטס ענטפערט ס נאך שוטים!!!
גראדע איז די וואך גאנץ גוט דו באריכט
היילברוין אדווערטייזט יעדע וואך נאך צענדליגער דירות וואס שטייען ליידיג, און מען קען נישט טרעפן קיין קונים פאר זיי.
די וואך אדווערטייזט ער נאכאמאל די 12 דירות אין עפארדעבל געגנט, וואו ער קען בשום אופן נישט טרעפן קיין פאראינטערסירטע מענטשן, כאטש ער האט עס שוין אדווערטייזט אפאר מאל.
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך בין און שאק.
אמת ס'איז דא א איבערפלוס,אבער אזוי ווייט האלט עס שוין.
איך זעה אז די ערשטע עד פאר די 12 עפארדעבל דירות איז געווען "פקודי", דאס מיינט 3 וואכען צוריק,און יעצט זענען נאך אלע 12 דירות עוועליבעל,כאטשיג די רענט דארט איז נישט מער ווי 12-13 הונדערט דאלער.
עס מוז זיין איינס פון די צוויי,אדער איז ממש נישטא ווער ס'זאל דינגען ,אזא שרעקליכע איבערפלוס איז דא, אדער האבען די דינגערס דערשפירט דעם איבערפלוס, אין זיי ווארטן אז די אייגענטומער זאלן ווערן "דעספערעט", און זיי וועלן מוזן אראפלאזן דעם פרייז פאר נאך ביליגער.
וואס מיינט ביי דיר א "ריזענבעל" פרייז?
זאג וואס די זיכסט וויפל רומס די זיכסט,וויפל ווילסטע צאלן, וכדומה
אפשר וועט דיר איינער קענענן העלפן דא
{איך גלייב נישט אז די זיכסט צי קויפן א 8 רומיגע דירוה פאר למשל 150.000 דאלער, ווייל אויב יא ביסטע א מעמבער פין די אליינס וואס נאר זיי האלטן אז מען קען אזא זאך צישטעלן}
ממילא זאג קלאר וואס די ווילסט
תוקן על ידי - getme - 03/04/2005 21:36:55
אנאנים
ווערי בעד ניוס פאור יו
די פרעגסט זייער א גוטע קשיא, אבער איך האב מורא אז דער תירוץ וועט דיר נישט אזוי שטארק געפעלן
אין קרית יואל היינט צו טאג, קענען נאר באקומען שיינע גרויסע לעכטיגע דירות פאר "עפארדעבל" פרייזן, נאר די אהרונים, פינטל
די בני יואל, זאלי'ס, תולדות אהרן, ברעסלאוו, טאהש, יו נעים דעם, וועלן מוזן ווארטן, ביז 'זייערע' קאנדידאטן וועלן בויען דירות, דעמאלטס וועלן זיי האבן, ביז דעמאלטס באקומען די אהרונים דירות, און עטס בלייבטס מיט די רעכט פון שעלטן דא אויף הייד פארק
און אז מען רעדט שוין פון מאכן געלט, האסט געשריבן אז עטס באקומטס געלט פון די 'אלייענס' פארן וואוטען, איך גלויב אז דער סכום איז גענוג גרויס צו קויפן דערמיט א דירה פאר די טייערע פרייזן, נישט אזוי??
אגב, מר. זשוליאני, אדער א צווייטער, וויפיל געלט חד גדיא מאכט ווייסן מיר, אבער מיר ווייסן אויך וויפיל פיני מאכט דערפון, ביטע שאפט די פאפירן, וויפיל די וואוילטעטיגע ארגענעזאציע פון דאיר מייטש, נעמט א יאר אלץ שכר בטלה, אז זיינע פערדלעך זאל נאכדעם וויינען דא אויף אונזער קעפ
לייג עס ארויף דא, און זאלן די ........ פלאצן