היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » wow!!!! נייע געזעץ פינעם ווידלעש

wow!!!! נייע געזעץ פינעם ווידלעש

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1311443

getme » 13/3/2005 19:45

די ווידלעש איז אויפגעקימען מיט די נייע בייפאל וועגן די בתי מדרשים אין קר"י

אז יעדע בילדער וועט מיזן אליינס בויען די שיל פאר די געגענט וואס ער בויעט

עס איז באמת א גיטע געזעץ אין עס איז ווערט צי באגריסן

לויט ווי איך פארשטיי טיט מען דאס אויפן פארלאנג פין וועד הקרי' אין די וועד הקרי'וועט אפקימען דערמיט פיל ביליגער ווייל יעדע שיל וואס מען בויעט אין קר"י צאלן זיי די וועד א חלק הניקר אמאל די לאט אויך משא"כ לויט די נייע געזעץ וועלן זיי שוין זיך דרוכקימען מיטן בילדער וועגן די הוצאות פינעם בויען די שיל ער וועט געבן ווייניגער אויפן לאט וכדומה אין יעדער וועט זיין ציפרידען עס וועט זיי פיל שנעלער געבויט די שיל אין גרינגער

כה לחי!!!!!!

תוקן על ידי - getme - 13/03/2005 19:50:48

זשוליאני08 » 13/3/2005 20:25

געטמי, זיי נאכנישט אזוי פרייליך.

אוודאי איז עס א גרויסע שמחה, אבער דו קענסט נישט וויסן אויב די חברה רשעים/משוגעים וועלן נישט יעצט גיין און אריינגעבן אן אנקלאגע, אז מען פארלעצט די קאנסטיטושאן, ווייל א רעגירונג טאר נישט מאכן א רעלידזשעס געזעץ.

אזוי ווי זיי האבן שוין געטאן אין די פארגאנגענהייט, למשל ביי די סקול דיסטריקט און ביי די פארקינג לאט, וואס מען האט געבויעט קעגן בית המדרש, וואו זיי האבן גע'מסר'ט אז די ווילידזש האט געטאן א רעליגיעזע זאך, ווייל זיי האבן נישט אויסגעריסן די פירות ביימער אינמיטן די פארקינג לאט.

קרית_יואל » 13/3/2005 21:31

וויפיל שוהלן האט ועד הקרי' געבויעט?

getme » 14/3/2005 03:47

קרית_יואל

קיין איינס. זיי האבן די געלט אין די פלאטץ פאר קנאה
קענסט וואטען פאר מענדל שווימער

זשוליאני08 » 16/3/2005 14:16

.
[בילד – נישט אפגעהיט]