היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » פעטש אין סאטמאר מקווה

פעטש אין סאטמאר מקווה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1311224

jewboy » 13/3/2005 16:07

זייענדיג אינמיטן זיך אנטוהן אין מקווה, הער איך מיט אמאל קולי קולות, איך לויף נאך פון ווי די קולות קומען און צו מיין באוואונדער זעה איך ווי א יונג זיס בחור'ל שרייט אויף א עלטערן יונגערמאן און שלאגט עם, יעך האב פראבירט אפצוהאטן דעם חןצפדיגן בחור'ל פון שלאגן דעם יונגערמאן.

דער בחור נעמט זיך שרייען איף מיר "לאז מיר אפ ווייל באלד כאפסטו אויך" יעך האב עם אפגעלאזט כ'מיין וואס גייט מיר אן זאלן זיי זיך ארום רייסן הו קערס, איך בין עפעס דער וועלטס פארזארגערס?

ווען סיגעווארן אביסל רואיגער געב איך א פרעג דעם בחור'ל וואס גייט דא פאר? וואסיגעשעהן דא? דר בחור'ל פוינט מיר מיט זיין איידעלע פינגער אויפן יונגערמאן, און זאגט שרייענדיג "ער איז א מנוול" פרעג איך עם וואס איז געשעהן? דער בחור פארציילט מיר וואס דער יונגערמאן האט געטוהן צו עם, מיין האר פון קאפ האט זיך מיר אויפגעשטעלט, א יונגערמאן מיט א שיינע שווארצע בארד האט נישט קיין אנדערע זאכן וואס צו טוהן נאר קאליע צו מאכן קליינע זיסע בחאנטע בחורים? איך בין צוגעגאנגען צום יונגערמאן כ'האב עם געזאגט אז טאמער קומט ער פאר די סיבה אין מקווה האט ער טאקע נישט וואס צו זוכן דא. און כ'האב עם אויך געזאגט נעקסטיים כ'וועל הערן זעהן נאך איין זאך פון אייך לא תוסיפי לראות פני, דעם טויט וועל איך עם מאכן.

איך בין טאקע נישט גאט'ס משמש אבער יעדע זאך האט א שיעור.

די מעשה איז געשעהן אפאר טאג צוריק, נאר כ'האב נאכנישט געהאט קיין געלעגנהייט עס צו ארויפלייגן.

שדים_טאנץ » 13/3/2005 17:33

העי דזשובוי, שוין נישט געהערט פון דיר זייט די חתונה

אין אן אנדערן אשכול פרעגט מען וויאזוי עס איז דיין שלום בית

איך האב הנאה צו הערן אז עס איז געווען פעטש אין מקוה, און נישט אין דיין בעדרום...

אגב, האב איך אויך הנאה צו הערן אז דו האסט שוין אויך געטראפן א דזשאב, א מיטגלידער אינעם ועד הקדושה פון ירושלים...

דזשאסט קידינג, דער אמת איז אז יעדער אחריותדיגער מענטש דארף אזוי צו טוהן ווען מען זעט צו מיט די אייגענע אויגן אזא פארברעך

שוכמאכער » 13/3/2005 22:51

מ'געט נאך א התראה! און ארויסווארפן?

פארוואס נישט רופן דעם קאליפארניע PROSSECUTER, און ער וועט טאן מיט דעם יונגערמאן וואס ער טוט צו מייקעל דזשעקסאן...!

20 יאר טורמע!!! נישט קיין איין טאג ווייניגער!

באראש » 14/3/2005 03:39

די מענטשן זענען נעבאך אמתדיג קראנק.

פעטש וועט זיי נישט העלפן
זיי דארפן באקומען סייקאלאדזשיקעל הילף.

ס'איז דא לענדער ווי מען געט נישט פאר אזעלעכע מענטשען קיין תפיסה נאר מען שיקט זיי צי א פסיכאלאג וואס ארבעט אויף זיי ביז ער האקט ארויס פון זיי די שגעון, אין זיי ווערען נארמאל כאחד האדם

שיקסט אזא מענטש אין תפיסה קימט ער ארויס נאך סאך ערגער

usa44 » 14/3/2005 05:59

די איינציגסטע עצה איז... אראפ מיט די בארד!...

caiim » 14/3/2005 07:42

ברוך הבא דזייבוי כנראה שלקחת קצת פנאי אחרי החתונה וירח הדבש להיכנס ולקחת את עול הפורום עליך ורואים שאתה נהיית לאברך קדוש וטהור כי אתה משגיח על אי הקדושה וצודק אתה בדבר ולא אלו שכתבו עליך שנהיית מועד הקדושה כי הבחורים האלו כשגדלים לא יכולים להיפטר מזה ונהיים מורים לדבר הזה לאחרים ואשרי מי שמונע את זה ותיכנס כל יום לעול הפורום כי כבר משעמם בלעדיך
אסאך נחת מיט אסאך געלד דו פון דיין וייב און דיין וייב פון דיר
וינטש א אמעתער ידיד

באראפארקער » 14/3/2005 17:48

מען דארף קענען דעם בחור, און וויסען אויב ער מאכט עס נישט אויף.
גלייבען איז נישט א קונץ.
איך זאג נישט אז עס איז נישט אמת.
געווענליך האט א מענטש א היסטארי. האט ער שוין אמאל געהאט וואס איינער האט אויף אים אזוי געזאגט?