היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ווי איז די וועד הרבנים???!!!!

ווי איז די וועד הרבנים???!!!!

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1308839

getme » 11/3/2005 03:29

איך זיך א גיטן הסבר פארוואס די וועד הרבנים קימן נישט ארויס קעגן זיגיס ענעקסעישן

די ענעקסעישן מאכט די זעלבע התגרות באמות ווי די פייפ ליין פארוואס איז דאס מותר אין דאס אסור איז ח"ו דא צוויי תורות???

פארוואס איז די ווידלעש ענעקסעישן אסור אין דעס איז מיתור???איז ח"ו דא צוויי תורות??

ווי איז דער נער.....פארוואס הערט מען נישט פין אים??

ווער עס ווייסט די הסבר דערפין ביטע שרייבן

זשוליאני08 » 11/3/2005 15:50

יא, עס זענען דא צוויי תורות

א תורה וואס איז געגעבן געווארן פאר די אלייענס און א תורה וואס איז געגעבן געווארן פאר די נארמאלע מענטשן

די אלייענס האבן א ספעשל וועידזשער פונעם אייבערשטן אליינס, אז זיי מעגן מאכן התגרות באומות, אבער אין די זעלבע צייט זענען זיי מחויב מוחה צו זיין יעדעס מאל וואס די נארמאלע מענטשן מאכן נאר א ספק פון התגרות באומות.

ס'איז נישט גענוג אז זיי דרוקן אויס זייער מחאה ברבים, נאר זיי מוזן גיין און אריינלייגן א מודעה אין רעקארד, אז זיי זענען קעגן די פייפליין און אז ס'טאר נישט געבויט ווערן, ווייל ס'רעגט אויף די שכנים.

יא יא, אלייענס, גייטס ווייטער אן מיט דעם וועג, און אזוי וועט עטס זיכער מאכן אז ס'וועט זיין א הונדערט פראצענט טוירנאוט אין די קומענדיגע וואלן ביי די "מינאריטעט" מענטשן וואס שטיצן אברהם ווידער.

נ.ב. אפילו דזשאן קערי איז נישט געווען אזא פליפ פלאפ ווי די אלייענס זענען. ער האט טאקע געזאגט איין טאג אזוי און די אנדערע טאג אזוי, אבער ער איז נישט איין טאג ארויסגעקומען קעגן די מלחמה אין איראק און די נעקסטע טאג דערקלערט מלחמה קעגן איראק.

משהבערבעק » 11/3/2005 17:59

דאס דערמאנט אונז די "שפיל" ביי די סקול דיסטריקט פרשה.

אויף די גאס האט מען געשריגן אז מען לערנט "כפירה" און אין געריכט און ביי די גוי'אישע צייטונגן האט מען "געשריגן" אז מען לערנט דארט תורה!!